Page 11 - Shoftim
P. 11

‫שופֿטים‬

‫דעם גאַנצן חיל מיטן שאַרֿף פֿון שװערד פֿאַר ברקן; און סיסרא האָט‬
‫אַראָפּגענידערט פֿון ז ַײן ר ַײטװאָגן‪ ,‬און איז אַנטלאָפֿן צו פֿוס‪ 16 .‬און‬
‫ברק האָט נאָכגעיאָגט די ר ַײטװעגן און דעם חיל ביז חרושת‪-‬גוים‪,‬‬
‫און דער גאַנצער חיל פֿון סיסראן איז געפֿאַלן דורכן שאַרֿף פֿון‬

                                 ‫שװערד; ניט געבליבן צו מאָל אײנער‪.‬‬

‫‪ 17‬און סיסרא איז געלאָפֿן צו פֿוס צום געצעלט פֿון יעל דער װ ַײב‬
‫פֿון ֶחבֿר דעם ֵקיני; װאָרום שלום איז געװען צװישן ָיבֿין דעם מלך‬
‫פֿון חצור און צװישן דעם הױז פֿון ֶחבֿר דעם ֵקיני‪ 18 .‬און יעל איז‬
‫אַרױסגעקומען סיסראן אַנטקעגן‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬קער‬
‫א ַײן‪ ,‬מ ַײן האַר‪ ,‬קער א ַײן צו מיר; זאָלסט ניט מורא האָבן‪ .‬האָט ער‬
‫א ַײנגעקערט צו איר אין געצעלט‪ ,‬און זי האָט אים צוגעדעקט מיט אַ‬
‫דעקע‪ 19 .‬האָט ער צו איר געזאָגט‪ :‬גיב מיר‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬טרינקען‬
‫אַ ביסל װאַסער‪ ,‬װאָרום איך בין דאָרשטיק‪ .‬האָט זי געעפֿנט דעם‬
‫לאָגל מילך‪ ,‬און האָט אים געגעבן טרינקען‪ ,‬און האָט אים‬
‫צוגעדעקט‪ 20 .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬שטעל זיך אין א ַײנגאַנג פֿון‬
‫געצעלט‪ ,‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז עמיצער װעט קומען‪ ,‬און װעט דיך‬

           ‫פֿרעגן און זאָגן‪ :‬איז דאָ פֿאַראַן אַ מאַן? זאָלסטו זאָגן‪ :‬נײן‪.‬‬

‫‪ 21‬האָט יעל די װ ַײב פֿון ֶחבֿרן גענומען אַ געצעלטפֿלעקל‪ ,‬און‬
‫אַר ַײנגעטאָן דעם האַמער אין איר האַנט‪ ,‬און זי איז שטילערהײט‬
‫צוגעגאַנגען צו אים‪ ,‬און האָט אַר ַײנגעהאַקט דאָס פֿלעקל אין ז ַײן‬
‫שלײֿף‪ ,‬ביז עס איז אַר ַײן אין דער ערד‪ ,‬און װי ער איז געשלאָפֿן‪ ,‬אַזױ‬

                                ‫האָט ער געחלשט און איז געשטאָרבן‪.‬‬

‫‪ 22‬ערשט ברק יאָגט נאָך סיסראן; איז אים יעל אַרױסגעגאַנגען‬
‫אַנטקעגן‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬קום און איך װעל דיר װ ַײזן‬
‫דעם מאַן װאָס דו זוכסט‪ .‬איז ער אַר ַײנגעגאַנגען צו איר‪ ,‬ערשט‬

                        ‫סיסרא ליגט טױט מיטן פֿלעקל אין ז ַײן שלײֿף‪.‬‬

‫‪ 23‬און גאָט האָט געמאַכט אונטערטעניק אין יענעם טאָג ָיבֿין דעם‬
‫מלך פֿון כַּנען פֿאַר די קינדער פֿון ישׂראל‪ 24 .‬און די האַנט פֿון די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל איז געװאָרן אַלץ שװערער אױֿף ָיבֿין דעם מלך‬

     ‫פֿון כַּנען‪ ,‬ביז װאַנען זײ האָבן פֿאַרשניטן ָיבֿין דעם מלך פֿון כַּנען‪.‬‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16