Page 15 - Shoftim
P. 15

‫שופֿטים‬

                          ‫‪ 27‬צו אירע פֿיס האָט ער זיך אַראָפּגעלאָזט‪,‬‬
                                                      ‫געפֿאַלן‪ ,‬געלעגן;‬

                             ‫צו אירע פֿיס זיך אַראָפּגעלאָזט‪ ,‬געפֿאַלן;‬
                     ‫װוּ זיך אַראָפּגעלאָזט‪ ,‬דאָרט דערהרגעט געפֿאַלן‪.‬‬

                    ‫‪ 28‬דורכן פֿענצטער האָט געקוקט און געיאָמערט‪,‬‬
                          ‫דורך דער פֿאָרטקע‪ ,‬די מוטער פֿון סיסראן‪:‬‬
                             ‫װאָס זאַמט זיך ז ַײן ר ַײטװאָגן צו קומען?‬

                    ‫װאָס שפּעטיקן זיך די טריט פֿון ז ַײנע געשפּאַנען?‬
                         ‫‪ 29‬די קלוגע פֿון אירע שׂררותטעס ענטפֿערן‪,‬‬
                                   ‫יאָ‪ ,‬זי אַלײן גיט אַן ענטפֿער צו זיך‪:‬‬
                        ‫‪ 30‬פֿאַר װאָר‪ ,‬זײ געפֿינען‪ ,‬זײ טײלן דעם רױב‪,‬‬
                          ‫אַ מײדל‪ ,‬צװײ מײדלעך פֿאַר איטלעכן מאַן;‬
                                         ‫רױב פֿון פֿאַרבן פֿאַר סיסראן‪,‬‬
                                          ‫רױב פֿון פֿאַרבן געשטיקטע‪,‬‬
                         ‫פֿאַרבשטיקער ַײען פֿאַרן רױבנעמערס האַלדז‪.‬‬

                     ‫‪ 31‬אַזױ זאָלן אונטערגײן אַלע פֿ ַײנט ד ַײנע‪ ,‬גאָט!‬
                                         ‫און ז ַײנע ליבהאָבער זאָלן ז ַײן‬

                   ‫װי דער אױפֿגאַנג פֿון דער זון אין איר שטאַרקײט‪.‬‬

                         ‫און דאָס לאַנד איז געװען רוִיק פֿערציק יאָר‪.‬‬

  ‫‪ 1‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין‬

 ‫די אױגן פֿון גאָט‪ ,‬און גאָט האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿוןו‬
     ‫ִמדָין זיבן יאָר‪ 2 .‬און די האַנט פֿון ִמדָין איז געװען שטאַרק אױֿף‬
  ‫ישׂראל‪ .‬פֿון װעגן ִמדָין האָבן די קינדער פֿון ישׂראל זיך געמאַכט די‬
‫גריבער װאָס אין די בערג‪ ,‬און די הײלן‪ ,‬און די פֿעסטונגען‪ 3 .‬און עס‬
 ‫איז געװען‪ ,‬אַז ישׂראל האָט געזײט‪ ,‬אַזױ פֿלעגט אַרױפֿגײן ִמדָין‪ ,‬און‬
‫עמלק‪ ,‬און די קינדער פֿון מזרח; און זײ פֿלעגן אַרױפֿקומען אױֿף זײ‪,‬‬
  ‫‪ 4‬און האָבן געלעגערט אױֿף זײ‪ ,‬און פֿאַרװיסט די תּבֿואה פֿון לאַנד‬

           ‫ביז דוּ קומסט קײן ַעזה‪ ,‬און זײ פֿלעגן ניט איבערלאָזן קײן‬
  ‫דערנערונג אין ישׂראל‪ ,‬צו מאָל אַ שעפּס‪ ,‬אָדער אַן אָקס‪ ,‬אָדער אַן‬

      ‫אײזל‪ 5 .‬װאָרום זײ און זײערע פֿי פֿלעגן אַרױפֿגײן‪ ,‬מיט זײערע‬
‫געצעלטן‪ ,‬און פֿלעגן קומען אַזױ װי דער הײשעריק אין פֿילקײט‪ ,‬און‬
   10   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20