Page 18 - Shoftim
P. 18

‫שופֿטים‬

‫‪ 25‬און עס איז געװען אין יענער נאַכט‪ ,‬האָט גאָט צו אים געזאָגט‪:‬‬
‫נעם ד ַײן פֿאָטערס יונגן אָקס‪ ,‬און דעם צװײטן אָקס פֿון זיבן יאָר‪,‬‬
‫און זאָלסט צעשטערן ד ַײן פֿאָטערס מזבח פֿון ַב ַעל‪ ,‬און דעם‬
‫געצנבױם װאָס לעבן אים זאָלסטו אָפּהאַקן‪ 26 .‬און זאָלסט בױען אַ‬
‫מזבח צו יהוה ד ַײן גאָט אױפֿן שפּיץ פֿון דער דאָזיקער באַרגפֿעסטונג‪,‬‬
‫אױֿף דעם צוגעריכטן אָרט‪ ,‬און זאָלסט נעמען דעם צװײטן אָקס‪ ,‬און‬
‫אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער מיטן האָלץ פֿון דעם געצנבױם‬

                                              ‫װאָס דו װעסט אָפּהאַקן‪.‬‬

‫‪ 27‬האָט גדעון גענומען צען מאַן פֿון ז ַײנע קנעכט‪ ,‬און האָט געטאָן‬
‫אַזױ װי גאָט האָט צו אים גערעדט; און עס איז געװען‪ ,‬אַזױ װי ער‬
‫האָט מורא געהאַט פֿאַר ז ַײן פֿאָטערס הױזגעזינט און פֿאַר די‬
‫מענטשן פֿון שטאָט‪ ,‬דאָס צו טאָן ב ַײ טאָג‪ ,‬האָט ער דאָס געטאָן ב ַײ‬

                                                                  ‫נאַכט‪.‬‬

‫‪ 28‬און די מענטשן פֿון שטאָט האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי‪,‬‬
‫ערשט דער מזבח פֿון ַב ַעל איז צעבראָכן‪ ,‬און דער געצנבױם װאָס‬
‫לעבן אים איז אָפּגעהאַקט‪ ,‬און דער צװײטער אָקס איז‬
‫אױפֿגעבראַכט געװאָרן אױֿף דעם אױפֿגעבױטן מזבח‪ 29 .‬האָבן זײ‬
‫געזאָגט אײנער צום אַנדערן‪ :‬װער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך? און‬
‫אַז זײ האָבן געפֿאָרשט און געזוכט‪ ,‬האָט מען געזאָגט‪ :‬גדעון דער זון‬
‫פֿון יואשן האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך‪ 30 .‬האָבן די מענטשן פֿון‬
‫שטאָט געזאָגט צו יואשן‪ :‬ברענג אַרױס ד ַײן זון‪ ,‬און ער זאָל‬
‫שטאַרבן‪ ,‬װ ַײל ער האָט צעבראָכן דעם מזבח פֿון ַב ַעל‪ ,‬און װ ַײל ער‬

                     ‫האָט אָפּגעהאַקט דעם געצנבױם װאָס לעבן אים‪.‬‬

‫‪ 31‬האָט יואש געזאָגט צו אַלע װאָס ז ַײנען געשטאַנען אַרום אים‪:‬‬
‫װילט איר זיך קריגן פֿאַר ַב ַעל? אָדער װילט איר אים העלפֿן? װער‬
‫עס װעט זיך קריגן פֿאַר אים‪ ,‬װעט געטײט װערן ביז אין דער פֿרי‪.‬‬
‫אױב ער איז אַ גאָט‪ ,‬זאָל ער אַלײן זיך קריגן פֿאַר זיך‪,‬װאָס מע האָט‬
‫צעבראָכן ז ַײן מזבח‪ 32 .‬און מע האָט אים גערופֿן אין יענעם טאָג‬
‫ירובעל‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬זאָל ַב ַעל זיך קריגן מיט אים‪ ,‬װאָס ער האָט‬

                                                   ‫צעבראָכן ז ַײן מזבח‪.‬‬

‫‪ 33‬און גאַנץ מדין און עמלק און די קינדער פֿון מזרח האָבן זיך‬
‫א ַײנגעזאַמלט אין אײנעם‪ ,‬און ז ַײנען אַריבערגעקומען און האָבן‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23