Page 17 - Shoftim
P. 17

‫שופֿטים‬

‫‪ 16‬האָט גאָט צו אים געזאָגט‪ :‬אָבער איך װעל ז ַײן מיט דיר‪ ,‬און‬
                                  ‫װעסט שלאָגן מדין אַזױ װי אײן מאַן‪.‬‬

‫‪ 17‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬אױב‪ ,‬איך בעט דיך‪ ,‬איך האָב געפֿונען‬
‫ל ַײטזעליקײט אין ד ַײנע אױגן‪ ,‬זאָלסטו מיר מאַכן אַ צײכן אַז דו‬
‫רעדסט דאָס מיט מיר‪ 18 .‬זאָלסט זיך ניט אָפּטאָן פֿון דאַנען‪ ,‬איך‬
‫בעט דיך‪ ,‬ביז איך קום צוריק צו דיר‪ ,‬און װעל אַרױסטראָגן מ ַײן‬
‫געשאַנק‪ ,‬און אַװעקלײגן פֿאַר דיר‪ .‬האָט ער געזאָגט‪ :‬איך װעל בל ַײבן‬

                                                ‫ביז דו קערסט זיך אום‪.‬‬

‫‪ 19‬איז גדעון אַר ַײנגעגאַנגען‪ ,‬און האָט געמאַכט אַ ציגנבעקל‪ ,‬און‬
‫אומגעז ַײערטע קוכנס פֿון אַן ֵאיפֿה מעל; דאָס פֿלײש האָט ער‬
‫אַר ַײנגעטאָן אין אַ קאָרב‪ ,‬און די זופּ האָט ער אַר ַײנגעטאָן אין אַ‬
‫טאָפּ‪ ,‬און אַרױסגעבראַכט צו אים אונטער דעם א ַײכנבױם‪ ,‬און‬

                                                             ‫דערלאַנגט‪.‬‬

‫‪ 20‬האָט דער מלאך פֿון גאָט צו אים געזאָגט‪ :‬נעם דאָס פֿלײש און די‬
‫אומגעז ַײערטע קוכנס‪ ,‬און לײג אַװעק אױֿף יענעם פֿעלז‪ ,‬און די זופּ‬

                                                              ‫גיס אױס‪.‬‬

‫האָט ער אַזױ געטאָן‪ 21 .‬און דער מלאך פֿון גאָט האָט‬
‫אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין ז ַײן האַנט‪,‬‬
‫און האָט אָנגערירט דאָס פֿלײש און די אומגעז ַײערטע קוכענס; און‬
‫אַ פֿ ַײער איז אױפֿגעגאַנגען פֿון דעם פֿעלז‪ ,‬און האָט פֿאַרצערט דאָס‬
‫פֿלײש און די אומגעז ַײערטע קוכנס; און דער מלאך פֿון גאָט איז‬
‫אַװעק פֿון ז ַײנע אױגן‪ 22 .‬האָט גדעון געזען אַז דאָס איז געװען אַ‬
‫מלאך פֿון גאָט‪ ,‬און גדעון האָט געזאָגט‪ :‬װײ‪ ,‬גאָט דו האַר! װאָרום‬

                      ‫איך האָב געזען אַ מלאך פֿון גאָט פּנים אל פּנים‪.‬‬

‫‪ 23‬האָט גאָט צו אים געזאָגט‪ :‬פֿריד צו דיר; זאָלסט ניט מורא האָבן‪,‬‬
                                                   ‫װעסט ניט שטאַרבן‪.‬‬

‫‪ 24‬און גדעון האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו גאָט‪ ,‬און האָט אים‬
‫גערופֿן יהוה‪-‬שלום; ביז אױֿף ה ַײנטיקן טאָג איז ער נאָך אין עפֿרה פֿון‬

                                                          ‫די אבֿיעזרער‪.‬‬
   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22