Page 16 - Shoftim
P. 16

‫שופֿטים‬

 ‫צו זײ און צו זײערע קעמלען איז ניט געװען קײן צאָל‪ ,‬און זײ ז ַײנען‬
    ‫געקומען אין לאַנד כּדי עס צו פֿאַרװיסטן‪ 6 .‬און ישׂראל איז זײער‬

 ‫פֿאַראָרימט געװאָרן פֿון װעגן מדין; און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן‬
                                                      ‫געשריען צו גאָט‪.‬‬

‫‪ 7‬און עס איז געװען‪ ,‬אַז די קינדער פֿון ישׂראל האָבן געשריען צו‬
‫גאָט פֿון װעגן מדין‪ 8 ,‬האָט גאָט געשיקט אַ מאַן אַ נבֿיא צו די‬
‫קינדער פֿון ישׂראל‪ ,‬און ער האָט זײ געזאָגט‪ :‬אַזױ האָט געזאָגט יהוה‬
‫דער גאָט פֿון ישׂראל‪ :‬איך האָב א ַײך אױפֿגעבראַכט פֿון מצרים‪ ,‬און‬
‫האָב א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; ‪ 9‬און איך‬
‫האָב א ַײך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מצרים‪ ,‬און פֿון דער האַנט‬
‫פֿון אַלע א ַײערע דריקער‪ ,‬און איך האָב זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר א ַײך‪,‬‬
‫און האָב א ַײך געגעבן זײער לאַנד‪ 10 .‬און איך האָב צו א ַײך געזאָגט‪:‬‬
‫איך בין יהוה א ַײער גאָט; איר זאָלט ניט פֿאָרכטן די געטער פֿון די‬
‫אמורים װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; אָבער איר האָט ניט‬

                                                ‫צוגעהערט צו מ ַײן ָקול‪.‬‬

‫‪ 11‬און אַ מלאך פֿון גאָט איז געקומען‪ ,‬און האָט זיך געזעצט אונטער‬
‫דעם א ַײכנבױם װאָס אין עפֿרה‪ ,‬װאָס האָט געהערט צו יואש דעם‬
‫אבֿיעזרער; און ז ַײן זון גדעון האָט געקלאַפּט װײץ אין קעלטער‪ ,‬כּדי‬
‫אױסצובאַהאַלטן פֿון מדין‪ 12 .‬האָט דער מלאך פֿון גאָט זיך באַװיזן‬
‫צו אים‪ ,‬און האָט צו אים געזאָגט‪ :‬גאָט מיט דיר‪ ,‬העלדישער גיבור!‬
‫‪ 13‬האָט גדעון צו אים געזאָגט‪ :‬איך בעט דיך‪ ,‬מ ַײן האַר‪ ,‬אױב גאָט‬
‫איז מיט אונדז‪ ,‬טאָ פֿאַר װאָס האָט דאָס אַלץ אונדז געטראָפֿן? און‬
‫װוּ ז ַײנען אַלע ז ַײנע װוּנדער‪ ,‬װאָס אונדזערע עלטערן האָבן אונדז‬
‫דערצײלט‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬גאָט האָט אונדז אױפֿגעבראַכט‬
‫פֿון מצרים? און אַצונד האָט אונדז גאָט פֿאַרלאָזן‪ ,‬און האָט אונדז‬

                                       ‫געגעבן אין דער האַנט פֿון מדין‪.‬‬

‫‪ 14‬האָט גאָט זיך געקערט צו אים‪ ,‬און האָט געזאָגט‪ :‬גײ מיט ד ַײן‬
‫דאָזיקן כּוח‪ ,‬און זאָלסט העלפֿן ישׂראל פֿון דער האַנט פֿון מדין; פֿאַר‬

                                           ‫װאָר‪ ,‬איך האָב דיך געשיקט‪.‬‬

‫‪ 15‬האָט ער צו אים געזאָגט‪ :‬איך בעט דיך‪ ,‬גאָט! מיט װאָס זאָל איך‬
‫העלפֿן ישׂראל? זע‪ ,‬מ ַײן משפּחה איז די אָרימסטע אין מנשה‪ ,‬און‬

                       ‫איך בין דער מינדסטער אין מ ַײן פֿאָטערס הױז‪.‬‬
   11   12   13   14   15   16   17   18   19   20   21