Page 11 - Dvorim
P. 11

‫דברים‬

‫איך געביט א ַײך‪ 3 .‬א ַײערע אױגן האָבן געזען װאָס גאָט האָט געטאָן‬
‫אין ב ַעל‪-‬פּעוֹר‪ ,‬אַז יעטװעדער מאַן װאָס איז געגאַנגען נאָך דעם ב ַעל‬
‫פֿון פּעוֹר‪ ,‬האָט אים יהוה ד ַײן גאָט פֿאַרטיליקט פֿון צװישן דיר‪ 4 .‬און‬
‫איר‪ ,‬װאָס ז ַײט באַהעפֿט אָן יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬לעבט ה ַײנט אַלע‪.‬‬
‫‪ 5‬זע‪ ,‬איך האָב א ַײך געלערנט חוקים און געזעצן‪ ,‬אַזױ װי יהוה מ ַײן‬
‫גאָט האָט מיר באַפֿױלן‪ ,‬אױף צו טאָן אַזױ אין דעם לאַנד װאָס איר‬
‫קומט אַהין‪ ,‬עס צו אַרבן‪ 6 .‬זאָלט איר זײ היטן און טאָן‪ ,‬װאָרום דאָס‬
‫איז א ַײער קלוגשאַפֿט און א ַײער פֿאַרשטאַנדיקײט אין די אױגן פֿון‬
‫די אומות‪ ,‬װאָס אַז זײ װעלן הערן אַלע די דאָזיקע געזעצן‪ ,‬װעלן זײ‬
‫זאָגן‪ :‬פֿאַר װאָר‪ ,‬אַ קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע אומה איז דאָס‬
‫דאָזיקע גרױסע פֿאָלק‪ 7 .‬װאָרום װאָסער גרויס פֿאָלק איז פֿאַראַן‪,‬‬
‫װאָס האָט אַ גאָט נאָנט צו אים אַזױ װי יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬װען נאָר‬
‫מיר רופֿן צו אים? ‪ 8‬און װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן‪ ,‬װאָס האָט‬
‫חוקים און געזעצן גערעכטע אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּוֹרה‪ ,‬װאָס‬
‫איך לײג פֿאַר א ַײך ה ַײנטיקן טאָג? ‪ 9‬נאָר ז ַײ דיר אָפּגעהיט און היט‬
‫זײער ד ַײן זעל‪ ,‬זאָלסט ניט פֿאַרגעסן די זאַכן װאָס ד ַײנע אױגן האָבן‬
‫געזען‪ ,‬און זײ זאָלן ניט אָפּגעטאָן װערן פֿון ד ַײן האַרצן אַלע טעג פֿון‬
‫ד ַײן לעבן‪ ,‬און זאָלסט זײ מאַכן װיסן ד ַײנע קינדער און ד ַײנע‬
‫קינדסקינדער; ‪ 10‬דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר יהוה ד ַײן‬
‫גאָט אין חוֹ ֵרבֿ‪ ,‬װען גאָט האָט צו מיר געזאָגט‪ :‬זאַמל א ַײן צו מיר‬
‫דאָס פֿאָלק‪ ,‬און איך װעל זײ לאָזן הערן מ ַײנע װערטער‪ ,‬כּדי זײ זאָלן‬
‫לערנען מוֹרא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער‬
‫ערד‪ ,‬און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען‪ 11 .‬און איר האָט‬
‫גענענט‪ ,‬און האָט זיך געשטעלט אונטערן באַרג‪ ,‬און דער באַרג האָט‬
‫געברענט מיט פֿ ַײער ביזן האַרצן פֿון הימל‪ ,‬מיט פֿינצטערניש‪,‬‬
‫װאָלקן‪ ,‬און נעבל‪ 12 .‬און גאָט האָט צו א ַײך גערעדט פֿון מיטן פֿ ַײער;‬
‫אַ ָקול פֿון װערטער האָט איר געהערט‪ ,‬אָבער אַ געשטאַלט האָט איר‬
‫ניט געזען; בלויז אַ ָקול‪ 13 .‬און ער האָט א ַײך אָנגעזאָגט ז ַײן בונד‬
‫װאָס ער האָט א ַײך באַפֿױלן צו טאָן – די צען געבאָט; און ער האָט‬
‫זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות‪ 14 .‬און מיר האָט גאָט‬
‫באַפֿױלן אין יענער צ ַײט א ַײך צו לערנען חוקים און געזעצן‪ ,‬כּדי איר‬
‫זאָלט זײ טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין‪ ,‬עס צו‬
‫אַרבן‪ 15 .‬דרום זאָלט איר זײער היטן א ַײער זעל – װאָרום איר האָט‬
‫ניט געזען קײן געשטאַלט אין דעם טאָג װאָס גאָט האָט גערעדט צו‬
‫א ַײך אין חוֹ ֵרבֿ פֿון מיטן פֿ ַײער – ‪ 16‬אַז איר זאָלט ניט פֿאַרדאָרבן‬
‫װערן און א ַײך מאַכן אַ געשניץ‪ ,‬די גל ַײכעניש פֿון אַ שום בילד‪ ,‬די‬
   6   7   8   9   10   11   12   13   14   15   16