Page 12 - Dvorim
P. 12
דברים
געשטאַלט פֿון אַ ָזכר אָדער אַ נקבֿה 17 ,די געשטאַלט פֿון אַ שום
בהמה װאָס אױף דער ערד ,די געשטאַלט פֿון אַ שום געפֿליגלטן
פֿױגל װאָס פֿליט אין הימל 18 ,די געשטאַלט פֿון װאָס נאָר עס
קריכט אױף דער ערד ,די געשטאַלט פֿון אַ שום פֿיש װאָס אין
װאַסער אונטער דער ערד 19 .און אַז דו װעסט אױפֿהײבן ד ַײנע אױגן
צום הימל ,און זען די זון און די לבֿנה און די שטערן ,דעם גאַנצן חיל
פֿון הימל ,זאָלסטו ניט אַראָפּגעפֿירט װערן ,און זיך בוקן צו זײ ,און
דינען זײ ,װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט זײ צוגעטײלט צו אַלע פֿעלקער
אונטערן גאַנצן הימל 20 .אָבער א ַײך האָט גאָט גענומען ,און א ַײך
אַרױסגעצױגן פֿון דעם א ַײזנשמעלצאױװן ,פֿון ִמצ ַר ִים ,אים צו ז ַײן
פֿאַר אַן אַרבפֿאָלק ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג 21 .און גאָט האָט
געצערנט אױף מיר פֿון א ַײערטװעגן ,און ער האָט געשװאָרן אַז איך
זאָל ניט אַריבערגײן דעם ַירדן ,און ניט קומען אין דעם גוטן לאַנד
װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה 22 .װאָרום איך שטאַרב
אין דעם היגן לאַנד; איך גײ ניט אַריבער דעם ַירדן ,אָבער איר װעט
אַריבערגײן ,און װעט אַרבן דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד 23 .היט א ַײך,
איר זאָלט ניט פֿאַרגעסן דעם בונד פֿון יהוה א ַײער גאָט ,װאָס ער
האָט געשלאָסן מיט א ַײך ,און א ַײך מאַכן אַ געשניץ ,די געשטאַלט
פֿון װאָס עס איז ,װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר פֿאַרװערטץ.
24װאָרום יהוה ד ַײן גאָט איז אַ פֿ ַײער װאָס פֿאַרצערט ,אַ
צערנדיקער גאָט.
25אַז דו װעסט געבערן קינדער און קינדסקינדער ,און איר װעט זיך
עלטערן אין לאַנד ,און איר װעט פֿאַרדאָרבן װערן ,און װעט מאַכן אַ
געשניץ ,אַ געשטאַלט פֿון װאָס עס איז ,און איר װעט טאָן װאָס איז
שלעכט אין די אױגן פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,אים צו דערצערענען26 ,
מאַך איך ה ַײנט הימל און ערד עדות קעגן א ַײך ,אַז אונטערגײן װעט
איר גיך אונטערגײן פֿון דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער דעם ַירדן
אַהין ,עס צו אַרבן; איר װעט ניט ַמ ֲאריךָ-ימים ז ַײן דרינען ,נ ַײערט
פֿאַרטיליקט װעט איר פֿאַרטיליקט װערן 27 .און גאָט װעט א ַײך
צעשפּרײטן צװישן די אומות ,און איר װעט בל ַײבן געצײלטע
מענטשן צװישן די פֿעלקער ,װאָס גאָט װעט א ַײך אַהין אַװעקפֿירן.
28און איר װעט דאָרטן דינען געטער געמאַכט פֿון אַ מענטשנס
הענט ,האָלץ און שטײן ,װאָס ניט זײ זעען ,און ניט זײ הערן ,און ניט
זײ עסן ,און ניט זײ שמעקן 29 .און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן יהוה
א ַײער גאָט; און װעסט אים געפֿינען ,אַז דו װעסט אים זוכן מיט ד ַײן