Page 13 - Dvorim
P. 13

‫דברים‬

‫גאַנצן האַרצן‪ ,‬און מיט ד ַײן גאַנצער זעל‪ 30 .‬אַז דיך װעט צודריקן‪,‬‬
‫און דיך װעלן טרעפֿן אַלע די דאָזיקע זאַכן‪ ,‬אין ָסוף פֿון די טעג‪,‬‬
‫װעסטו זיך אומקערן צו יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און װעסט צוהערן צו ז ַײן‬
‫ָקול‪ 31 .‬װאָרום יהוה ד ַײן גאָט איז אַ דערבאַרימדיקער גאָט; ער װעט‬
‫דיך ניט פֿאַרלאָזן און דיך ניט אומברענגען‪ ,‬און ער װעט ניט‬
 ‫פֿאַרגעסן דעם בונד מיט ד ַײנע עלטערן‪ ,‬װאָס ער האָט זײ געשװאָרן‪.‬‬

‫‪ 32‬װאָרום פֿרעג אַקאָרשט נאָך אױף די פֿריערדיקע טעג װאָס ז ַײנען‬
‫געװען פֿאַר דיר‪ ,‬פֿון זינט דעם טאָג װאָס גאָט האָט באַשאַפֿן אַ‬
‫מענטשן אױף דער ערד‪ ,‬און פֿון עק הימל ביז עק הימל‪ ,‬אױב עס איז‬
‫װען געשען אַזױ װי די דאָזיקע גרױסע זאַך‪ ,‬אָדער אױב אַזױ‪-‬װאָס איז‬
‫געהערט געװאָרן; ‪ 33‬אױב אַ פֿאָלק האָט געהערט דעם ָקול פֿון גאָט‬
‫רעדן פֿון מיטן פֿ ַײער‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט געהערט און איז געבליבן‬
‫לעבן; ‪ 34‬אָדער אױב אַ גאָט האָט געפּרוּװט אַרױסנעמען פֿאַר זיך אַ‬
‫פֿאָלק פֿון צװישן אַן אַנדער פֿאָלק‪ ,‬מיט פּרוװוּנגען‪ ,‬מיט צײכנס‪ ,‬און‬
‫מיט װוּנדער‪ ,‬און מיט מלחמה‪ ,‬און מיט אַ שטאַרקער האַנט‪ ,‬און‬
‫מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם‪ ,‬און מיט גרױסע שרעקן‪ ,‬אַזױ װי‬
‫אַלץ װאָס יהוה א ַײער גאָט האָט געטאָן פֿון א ַײערטװעגן אין ִמצ ַר ִים‬
‫פֿאַר ד ַײנע אױגן‪ 35 .‬דיר איז עס באַװיזן געװאָרן‪ ,‬כּדי זאָלסט װיסן‬
‫אַז יהוה‪ ,‬ער איז גאָט; מער חוץ אים איז ניטאָ‪ 36 .‬פֿון הימל האָט ער‬
‫דיך געלאָזט הערן ז ַײן ָקול‪ ,‬כּדי דיך צו לערנען‪ ,‬און אױף דער ערד‬
‫האָט ער דיר באַװיזן ז ַײן גרױס פֿ ַײער‪ ,‬און ז ַײנע װערטער האָסטו ט‬
‫פֿון מיטן פֿ ַײער‪ 37 .‬און דערפֿאַר װאָס ער האָט ליב געהאַט ד ַײנע‬
‫עלטערן‪ ,‬האָט ער אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ‪ ,‬און האָט דיך‬
‫אַרױסגעצױגן מיט ז ַײן אָנגעזיכט‪ ,‬מיט ז ַײן גרױס שטאַרקײט‪,‬‬
‫פֿון ִמצ ַר ִים‪ 38 ,‬צו פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר דיר פֿעלקער גרעסער און‬
‫מאַכטיקער פֿון דיר‪ ,‬דיך צו ברענגען כּדי דיר צו געבן זײער לאַנד‬
‫פֿאַר אַ נחלה‪ ,‬אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג‪ 39 .‬און זאָלסט װיסן ה ַײנט‪ ,‬און‬
‫אַר ַײננעמען אין ד ַײן האַרצן‪ ,‬אַז יהוה‪ ,‬ער איז גאָט אין הימל אױבן‪,‬‬
‫און אױף דער ערד אונטן; מער איז ניטאָ‪ 40 .‬און זאָלסט היטן ז ַײנע‬
‫געזעצן און ז ַײנע געבאָט‪ ,‬װאָס איך געביט דיר ה ַײנט‪ ,‬כּדי עס זאָל‬
‫גוט ז ַײן דיר און ד ַײנע קינדער נאָך דיר‪ ,‬און כּדי זאָלסט ַמ ֲאריך‪ָ-‬ימים‬

           ‫ז ַײן אױף דער ערד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪ ,‬שטענדיק‪.‬‬

‫‪ 41‬דענצמאָל האָט משה אָפּגעשײדט דר ַײ שטעט אױף יענער ז ַײט‬
‫ַירדן צו זונאױפֿגאַנג‪ 42 ,‬אױף צו אַנטלױפֿן אַהין‪ ,‬פֿאַר דעם‬
   8   9   10   11   12   13   14   15   16   17   18