Page 18 - Dvorim
P. 18

‫דברים‬

‫ניט פֿאַרגעסן אָן יהוה‪ ,‬װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ ,‬פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט‪ 13 .‬פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‬
‫זאָלסטו מוֹרא האָבן‪ ,‬און אים זאָלסטו דינען‪ ,‬און ב ַײ ז ַײן נאָמען‬
‫זאָלסטו שװערן‪ 14 .‬איר זאָלט ניט גײן נאָך פֿרעמדע געטער‪ ,‬פֿון די‬
‫געטער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום א ַײך; ‪ 15‬װאָרום אַ צערנדיקער‬
‫גאָט איז יהוה ד ַײן גאָט צװישן דיר; טאָמער װעט גרימען דער צאָרן‬
‫פֿון יהוה ד ַײן גאָט אױף דיר‪ ,‬און ער װעט דיך פֿאַרטיליקן פֿון דעם‬

                                                  ‫געזיכט פֿון דער ערד‪.‬‬

‫‪ 16‬איר זאָלט ניט פּרוּװן יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬אַזױ װי איר האָט אים‬
‫געפּרוּװט אין ַמ ָסה‪ 17 .‬היטן זאָלט איר היטן די געבאָט פֿון יהוה‬
‫א ַײער גאָט‪ ,‬און ז ַײנע אָנזאָגן און ז ַײנע געזעצן‪ ,‬װאָס ער האָט דיר‬
‫באַפֿױלן‪ 18 .‬און זאָלסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק און גוט אין די‬
‫אױגן פֿון גאָט‪ ,‬כּדי דיר זאָל גוט ז ַײן‪ ,‬און זאָלסט קומען און אַרבן‬
‫דאָס גוטע לאַנד װאָס גאָט האָט צוגעשװאָרן ד ַײנע עלטערן‪,‬‬
‫‪ 19‬אַרױסשטױסנדיק אַלע ד ַײנע פֿ ַײנט פֿון פֿאַר דיר‪ ,‬אַזױ װי גאָט‬

                                                         ‫האָט גערעדט‪.‬‬

‫‪ 20‬אַז ד ַײן זון װעט דיך שפּעטער אַהין פֿרעגן‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬װאָס‬
‫ז ַײנען דאָס פֿאַר אָנזאָגן און חוקים און געזעצן‪ ,‬װאָס יהוה אונדזער‬
‫גאָט האָט א ַײך באַפֿױלן? ‪ 21‬זאָלסטו זאָגן צו ד ַײן זון‪ :‬קנעכט ז ַײנען‬
‫מיר געװען ב ַײ פּרעהן אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬און גאָט האָט אונדז אַרױסגעצױגן‬
‫פֿון ִמצ ַר ִים מיט אַ שטאַרקער האַנט‪ 22 .‬און גאָט האָט געטאָן צײכנס‬
‫און גרױסע און בײזע װוּנדער אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬אױף פּרעהן און אױף ז ַײן‬
‫גאַנצן הױז‪ ,‬פֿאַר אונדזערע אױגן‪ 23 .‬און אונדז האָט ער‬
‫אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן‪ ,‬כּדי אונדז צו ברענגען‪ ,‬אונדז צו געבן דאָס‬
‫לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אונדזערע עלטערן‪ 24 .‬און גאָט‬
‫האָט אונדז באַפֿױלן צו טאָן אַלע די דאָזיקע געזעצן‪ ,‬מוֹרא צו האָבן‬
‫פֿאַר יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬כּדי אונדז זאָל גוט ז ַײן אַלע טעג‪ ,‬כּדי אונדז‬
‫צו לאָזן לעבן‪ ,‬אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג‪ 25 .‬און אַ גערעכטיקײט װעט‬
‫עס ז ַײן פֿון אונדז פֿאַר יהוה אונדזער גאָט‪ ,‬אױב מיר װעלן היטן צו‬

        ‫טאָן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט‪ ,‬אַזױ װי ער האָט אונדז געבאָטן‪.‬‬
   13   14   15   16   17   18   19   20   21   22   23