Page 21 - Dvorim
P. 21
דברים
פֿאַרטיליקט װערן 24 .און ער װעט געבן זײערע מלכים אין ד ַײן
האַנט ,און װעסט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל;
קײנער װעט ניט באַשטײן פֿאַר דיר ,ביז דו װעסט זײ פֿאַרטיליקן.
25זײערע געשניצטע געטער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿ ַײער;
זאָלסט ניט גלוסטן דאָס זילבער און דאָס גאָלד אױף זײ ,און
צונעמען פֿאַר זיך ,כּדי זאָלסט ניט געשטרױכלט װערן דורך דעם;
װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט איז דאָס 26 .און
זאָלסט ניט אַר ַײנברענגען אַן אומװערדיקײט אין ד ַײן הױז ,און װערן
חרם אַזױ װי דאָס; מיאוסן זאָלסטו זיך מיאוסן מיט דעם ,און
פֿאַראומװערדיקן זאָלסטו עס פֿאַראומװערדיקן ,װאָרום חרם איז
דאָס.
1אַלדאָס געבאָט װאָס איך געביט דיר ה ַײנט ,זאָלט איר היטן
צו טאָן ,כּדי איר זאָלט לעבן ,און זיך מערן ,און קומען אוןח
אַרבן דאָס לאַנד װאָס גאָט האָט צוגעשװאָרן א ַײערע עלטערן 2 .און
זאָלסט געדענקען דעם גאַנצן װעג װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך
געפֿירט זינט פֿערציק יאָר דורכן מדבר ,כּדי דיך צו פּ ַײניקן ,דיך צו
פּרוּװן ,צו װיסן װאָס ב ַײ דיר אין האַרצן ,אױב דו װעסט היטן ז ַײנע
געבאָט אָדער ניט 3 .און ער האָט דיך געפּ ַײניקט ,און דיך
אױסגעהונגערט ,און דיך געשפּ ַײזט מיט ַמן ,װאָס ניט דו האָסט
דערפֿון געװוּסט ,ניט ד ַײנע עלטערן האָבן געװוּסט; כּדי דיך צו לאָזן
װיסן אַז ניט אױף ברױט אַלײן לעבט דער מענטש ,נאָר אױף אַלץ
װאָס קומט אַרױס פֿון גאָטס מױל לעבט דער מענטש 4 .ד ַײן קלײד
איז ניט אָפּגעטראָגן געװאָרן אױף דיר ,און ד ַײן פֿוס איז ניט
אױפֿגעלאָפֿן ,דורך די פֿערציק יאָר 5 .דרום זאָלסטו װיסן אין ד ַײן
האַרצן ,אַז אַזױ װי אַ מאַן שטראָפֿט ז ַײן קינד ,שטראָפֿט דיך יהוה
ד ַײן גאָט 6 .און זאָלסט היטן די געבאָט פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,צו גײן
אין ז ַײנע װעגן ,און מוֹרא צו האָבן פֿאַר אים 7 .װאָרום יהוה ד ַײן
גאָט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד ,אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער,
קװאַלן ,און טיפֿענישן ,װאָס גײען אַרױס אױף באַרג און טאָל; 8אַ
לאַנד פֿון װײץ ,און גערשט ,און װ ַײנשטאָקן ,און פֿ ַײגן ,און
מילגרױמען; אַ לאַנד פֿון אײלבערטן און האָניק; 9אַ לאַנד װאָס
ניט אין אָרימקײט װעסטו דרינען עסן ברױט ,װאָס דיר װעט
גאָרנישט פֿעלן דרינען; אַ לאַנד װאָס אירע שטײנער ז ַײנען א ַײזן ,און