Page 20 - Dvorim
P. 20
דברים
ֵע ֶקבֿ
12און עס װעט ז ַײן ,דערפֿאַר װאָס איר װעט צוהערן די דאָזיקע
געזעצן ,און װעט היטן און זײ טאָן ,װעט יהוה ד ַײן גאָט דיר היטן
דעם בונד און די גענאָד װאָס ער האָט געשװאָרן ד ַײנע עלטערן.
13און ער װעט דיך ליב האָבן ,און װעט דיך בענטשן ,און דיך מערן,
און ער װעט בענטשן די פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב ,און די פֿרוכט פֿון ד ַײן
ערד ,ד ַײן תּבֿואה ,און ד ַײן װ ַײן ,און ד ַײן אײל ,די געבורט פֿון ד ַײנע
רינדער ,און די פֿרוכפּערונג פֿון ד ַײנע שאָף ,אױף דער ערד װאָס ער
האָט געשװאָרן ד ַײנע עלטערן דיר צו געבן 14 .װעסט ז ַײן
געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט ניט ז ַײן אַן עקר אָדער אַן
עקרה צװישן דיר אָדער צװישן ד ַײנע בהמות 15 .און גאָט װעט
אָפּטאָן פֿון דיר יעטװעדער קראַנקשאַפֿט ,און אַלע בײזע װײטאָקן
פֿון ִמצ ַר ִים װאָס דו קענסט זײ ,װעט ער ניט אַרױפֿטאָן אױף דיר,
נ ַײערט ער װעט זײ געבן אױף אַלע ד ַײנע ָשׂונאים.
16און זאָלסט פֿאַרצערן אַלע אומות װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר;
ד ַײן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען אױף זײ; און זאָלסט ניט דינען
זײערע געטער ,װאָרום דאָס װעט דיר ז ַײן אַ שטרױכלונג 17 .טאָמער
װעסטו זאָגן אין ד ַײן האַרצן :די דאָזיקע פֿעלקער ז ַײנען מער פֿון
מיר ,װי אַזױ װעל איך זײ קענען פֿאַרטר ַײבן? 18זאָלסטו ניט מוֹרא
האָבן פֿאַר זײ; געדענקען זאָלסטו געדענקען װאָס יהוה ד ַײן גאָט
האָט געטאָן צו פּרעהן און צו גאַנץ ִמצ ַר ִים; 19די גרױסע פּרוּװוּנגען
װאָס ד ַײנע אױגן האָבן געזען ,און די צײכנס און די װוּנדער ,און די
שטאַרקע האַנט ,און דעם אױסגעשטרעקטן אָרעם ,מיט װאָס יהוה
ד ַײן גאָט האָט דיך אַרױסגעצױגן; אַזױ װעט יהוה ד ַײן גאָט טאָן צו
אַלע אומות װאָס דו האָסט מוֹרא פֿאַר זײ 20 .און אױך די האָרנבין
װעט יהוה ד ַײן גאָט אָנשיקן אױף זײ ,ביז עס װעלן אונטערגײן די
װאָס ז ַײנען געבליבן ,און װאָס האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר דיר.
21זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר זײ ,װאָרום יהוה ד ַײן גאָט איז צװישן
דיר ,אַ גרױסער און אַ פֿאָרכטיקער גאָט 22 .און יהוה ד ַײן גאָט װעט
אַרױסװאַרפֿן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר ביסלעך-ביסלעכװ ַײז;
טאָרסט זײ ניט פֿאַרטיליקן אױף גיך ,כּדי די חיה פֿון פֿעלד זאָל זיך
ניט מערן אױף דיר 23 .און יהוה ד ַײן גאָט װעט זײ איבערגעבן צו
דיר ,און װעט זײ פֿאַרטומלען אַ גרױס פֿאַרטומלעניש ,ביז זײ װעלן