Page 22 - Dvorim
P. 22
דברים
פֿון אירע בערג װעסטו האַקן קופּער 10 .און װעסט עסן און װעסט
זאַט ז ַײן ,און װעסט לױבן יהוה ד ַײן גאָט ,פֿאַר דעם גוטן לאַנד װאָס
ער האָט דיר געגעבן 11 .היט דיך ,זאָלסט ניט פֿאַרגעסן אָן יהוה ד ַײן
גאָט ,ניט צו היטן ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע געזעצן און ז ַײנע חוקים
װאָס איך באַפֿעל דיר ה ַײנט 12 .טאָמער ,אַז דו װעסט עסן און װעסט
זאַט ז ַײן ,און װעסט בױען שײנע ה ַײזער ,און באַװױנען; 13און ד ַײנע
רינדער און ד ַײנע שאָף װעלן זיך מערן ,און זילבער און גאָלד װעט
זיך ב ַײ דיר מערן ,און אַלץ װאָס דו האָסט װעט זיך מערן; 14װעט
זיך דערהײבן ד ַײן האַרץ ,און װעסט פֿאַרגעסן אָן יהוה ד ַײן גאָט װאָס
האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם הױז פֿון
קנעכטשאַפֿט; 15װאָס האָט דיך געפֿירט דורך דעם גרױסן און
מוֹראדיקן מדבר ,דורך פֿ ַײערדיקע שלאַנגען און שקאָרפּיאָנען ,און אַ
דאָרשטעניש װאָס אָן װאַסער; װאָס האָט דיר אַרױסגעצױגן װאַסער
פֿון קיזלשטײן; 16װאָס האָט דיך געשפּ ַײזט אין דער מדבר מיט ַמן,
װאָס ד ַײנע עלטערן האָבן דערפֿון ניט געװוּסט; כּדי דיך צו פּ ַײניקן,
און כּדי דיך צו פּרוּװן ,דיך צו באַגיטיקן אין ד ַײן לעצט; 17און װעסט
זאָגן אין ד ַײן האַרצן :מ ַײן כּוח און די מאַכט פֿון מ ַײן האַנט האָט מיר
פֿאַרשאַפֿט דעם דאָזיקן פֿאַרמעג; 18זאָלסטו געדענקען יהוה ד ַײן
גאָט ,װאָרום ער איז דער װאָס גיט דיר כּוֹח אָנצושאַפֿן פֿאַרמעג ,כּדי
מקיים צו ז ַײן ז ַײן בונד װאָס ער האָט געשװאָרן ד ַײנע עלטערן ,אַזױ
װי ה ַײנטיקן טאָג.
19און עס װעט ז ַײן ,אױב פֿאַרגעסן װעסטו פֿאַרגעסן אָן יהוה ד ַײן
גאָט ,און װעסט גײן נאָך פֿרעמדע געטער ,און זײ דינען ,און זיך בוקן
צו זײ ,װאָרן איך א ַײך ה ַײנט ,אַז אונטערגײן װעט איר אונטערגײן.
20אַזױ װי די פֿעלקער װאָס גאָט מאַכט אונטערגײן פֿון פֿאַר א ַײך,
אַזױ װעט איר אונטערגײן ,דערפֿאַר װאָס איר האָט ניט צוגעהערט
צו דעם ָקול פֿון יהוה א ַײער גאָט.
1הער ,ישׂראל ,דו גײסט ה ַײנט אַריבער דעם ַירדן צו קומען
אַרבן אומות גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר ,שטעט גרױסעט
און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל 2 ,אַ פֿאָלק גרױס און הױך ,זין פֿון
די ַעָנקים ,װאָס דו װײסט און װאָס דו האָסט געהערט :װער קען
באַשטײן פֿאַר די זין פֿון ַעָנק? 3זאָלסטו װיסן ז ַײן ה ַײנט אַז יהוה ד ַײן