Page 27 - Dvorim
P. 27
דברים
1דרום זאָלסטו ליב האָבן יהוה ד ַײן גאָט ,און היטן ז ַײן
היטונג ,און ז ַײנע חוקים און ז ַײנע געזעצן און ז ַײנע געבאָט,יא
אַלע טעג 2 .און איר דאַרפֿט װיסן ה ַײנט ,אַז ניט מיט א ַײערע קינדער
רעד איך ,װאָס האָבן ניט געקענט און װאָס האָבן ניט געזען די
שטראָף פֿון יהוה א ַײער גאָט ,ז ַײן גרױסקײט ,און ז ַײן שטאַרקע
האַנט ,און ז ַײן אױסגעשטרעקטן אָרעם 3 ,און ז ַײנע צײכנס ,און ז ַײנע
טוּונגען װאָס ער האָט געטאָן אין ִמצ ַר ִים צו פּרעה דעם מלך פֿון
ִמצ ַר ִים ,און צו ז ַײן גאַנצן לאַנד; 4און װאָס ער האָט געטאָן צו דעם
חיל פֿון ִמצ ַר ִים ,צו ז ַײנע פֿערד און צו ז ַײנע ר ַײטװעגן ,װאָס ער האָט
געמאַכט פֿלײצן איבער זײ די װאַסערן פֿון ים-סוף ,װען זײ האָבן א ַײך
נאָכגעיאָגט ,און גאָט האָט זײ אונטערגעבראַכט ביז אױף ה ַײנטיקן
טאָג; 5און װאָס ער האָט געטאָן מיט א ַײך אין מדבר ,ביז איר ז ַײט
געקומען צו דעם דאָזיקן אָרט; 6און װאָס ער האָט געטאָן צו ָד ָתן
און צו אַבֿי ָרם די זין פֿון ֶאליאָבֿ דעם זון פֿון ראובֿן ,װאָס די ערד
האָט אױפֿגעמאַכט איר מױל ,און האָט זײ א ַײנגעשלונגען אין מיטן
פֿון גאַנץ ישׂראל ,מיט זײערע הױזגעזינטן און זײערע געצעלטן ,און
דעם גאַנצן באַשטאַנד װאָס הינטער זײ; 7נ ַײערט א ַײערע אױגן האָבן
געזען אַלדי גרױסע טואונג פֿון גאָט װאָס ער האָט געטאָן 8 .דרום
זאָלט איר היטן אַלדאָס געבאָט װאָס איך געביט א ַײך ה ַײנט ,כּדי איר
זאָלט ז ַײן שטאַרק ,און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איר גײט
אַריבער אַהין ,עס צו אַרבן; 9און כּדי איר זאָלט ַמ ֲאריךָ-ימים ז ַײן
אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן א ַײערע עלטערן צו געבן זײ
און זײער זאָמען – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
10װאָרום דאָס לאַנד װאָס דו קומסט אַהין ,עס צו אַרבן ,איז ניט װי
דאָס לאַנד ִמצ ַר ִים ,װאָס איר ז ַײט פֿון דאָרטן אַרױסגעגאַנגען ,װאָס
אַז דו האָסט פֿאַרזײט ד ַײן זאָמען ,האָסטו באַװעסערט מיט ד ַײן פֿוס,
אַזױ װי אַ גאָרטן פֿון גרינס 11 .נ ַײערט דאָס לאַנד װאָס איר גײט
אַריבער אַהין ,עס צו אַרבן ,איז אַ לאַנד פֿון בערג און טאָלן; פֿון
רעגן פֿון הימל טרינקט עס װאַסער; 12אַ לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט
זאָרגט זיך אום דעם; תּמיד ז ַײנען די אױגן פֿון יהוה ד ַײן גאָט דערױף
פֿון אָנהײב יאָר ביז ָסוף יאָר.
13און עס װעט ז ַײן ,אױב צוהערן װעט איר צוהערן צו מ ַײנע געבאָט
װאָס איך געביט א ַײך ה ַײנט ,ליב צו האָבן יהוה א ַײער גאָט ,און אים
צו דינען מיט א ַײער גאַנצן האַרצן ,און מיט א ַײער גאַנצער זעל,
14װעל איך געבן דעם רעגן פֿון א ַײער לאַנד אין ז ַײן צ ַײט ,פֿרירעגן