Page 29 - Dvorim
P. 29
דברים
ְר ֵאה
26זע ,איך לײג פֿאַר א ַײך ה ַײנט אַ ברכה און אַ קללה; 27די ברכה,
אױב איר װעט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה א ַײער גאָט ,װאָס איך
געביט א ַײך ה ַײנט 28 ,און די קללה ,אױב איר װעט ניט צוהערן צו די
געבאָט פֿון יהוה א ַײער גאָט ,און איר װעט זיך אָפּקערן פֿון דעם װעג
װאָס איך באַפֿעל א ַײך ה ַײנט ,כּדי צו גײן נאָך פֿרעמדע געטער ,װאָס
איר קענט ניט 29 .און עס װעט ז ַײן ,אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך
ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין ,עס צו אַרבן ,זאָלסטו
שטעלן די ברכה אױפֿן באַרג ג ִרזים ,און די קללה אױפֿן באַרג ֵעיבֿל.
30יאָ ,זײ ז ַײנען אױף יענער ז ַײט ַירדן הינטער דעם װעג צו
זונאונטערגאַנג צו ,אין לאַנד פֿון דעם כַּנ ֲעני װאָס זיצט אין דעם
פּלױן ,אַקעגן ִגלָגל ,לעבן די א ַײכנבײמער פֿון מוֹ ֶרה 31 .װאָרום איר
גײט אַריבער דעם ַירדן צו קומען אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה א ַײער
גאָט גיט א ַײך ,און איר װעט עס אַרבן ,און זיך באַזעצן דרינען;
32זאָלט איר היטן צו טאָן אַלע חוקים און געזעצן װאָס איך לײג
פֿאַר א ַײך ה ַײנט.
1דאָס ז ַײנען די חוקים און די געזעצן װאָס איר זאָלט היטן
צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס יהוה דער גאָט פֿון ד ַײנע עלטערןיב
האָט דיר געגעבן ,עס צו אַרבן ,אַלע טעג װאָס איר לעבט אױף דער
ערד 2 .אונטערברענגען זאָלט איר אונטערברענגען אַלע ערטער
װאָס די פֿעלקער װאָס איר ירשעט זײ האָבן דאָרטן געדינט זײערע
געטער ,אױף די הױכע בערג ,און אױף די בערגלעך ,און אונטער
יעטװעדער צװ ַײגהאַפֿטיקן בױם 3 .און איר זאָלט א ַײנװאַרפֿן זײערע
מזבכות ,און צעברעכן זײערע ז ַײלשטײנער ,און זײערע געצנבײמער
זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿ ַײער ,און זײערע געשניצטע געטער
זאָלט איר אָפּהאַקן ,און איר זאָלט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון
יענעם אָרט 4 .איר זאָלט ניט טאָן אַזױ װי זײ ,צו יהוה א ַײער גאָט.
5נ ַײערט צו דעם אָרט װאָס יהוה א ַײער גאָט װעט אױסדערװײלן פֿון
אַלע א ַײערע שבֿטים צו טאָן ז ַײן נאָמען דאָרטן – צו ז ַײן רוּונג זאָלט
איר א ַײך װענדן ,און אַהין זאָלט איר גײן 6 .און אַהין זאָלט איר
ברענגען א ַײערע בראַנדאָפּפֿער און א ַײערע שלאַכטאָפּפֿער ,און