Page 33 - Dvorim
P. 33
דברים
געקענט ,ניט ד ַײנע עלטערן; 8פֿון די געטער פֿון די פֿעלקער װאָס
אַרום א ַײך ,פֿון די װאָס ז ַײנען נאָנט צו דיר ,אָדער פֿון די װאָס ז ַײנען
װ ַײט פֿון דיר ,פֿון עק ערד ביז עק ערד – 9זאָלסטו ניט א ַײנװיליקן
צו אים ,און ניט צוהערן צו אים ,און ד ַײן אױג זאָל אים ניט שױנען,
און זאָלסט זיך ניט דערבאַרימען ,און אים ניט פֿאַרדעקן 10 .נ ַײערט
הרגען זאָלסטו אים הרגען; ד ַײן האַנט זאָל ז ַײן אױף אים די ערשטע
אים צו טײטן ,און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק 11 .און זאָלסט
אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער ,און ער זאָל שטאַרבן ,דערפֿאַר װאָס
ער האָט דיך געזוכט אַראָפּצופֿירן פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,װאָס האָט דיך
אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט.
12און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן און װעלן מוֹרא האָבן ,און װעלן
מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר.
13אַז דו װעסט הערן אין אײנער פֿון ד ַײנע שטעט װאָס יהוה ד ַײן
גאָט גיט דיר ,צו װוֹּינען דאָרטן ,אַזױ צו זאָגן 14 :עס ז ַײנען
אַרױסגעטרעטן נידערטרעכטיקע ל ַײט פֿון צװישן דיר ,און האָבן
אַראָפּגעפֿירט די באַװוינער פֿון זײער שטאָט ,אַזױ צו זאָגן :לאָמיר
גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס איר קענט ניט; 15און װעסט
נאָכזוכן און אױספֿאָרשן און גוט נאָכפֿרעגן ,ערשט די זאַך איז אמת
ריכטיק ,די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן צװישן דיר,
16זאָלסטו שלאָגן דערשלאָגן די באַװוינער פֿון דער דאָזיקער שטאָט
מיטן שאַרף פֿון שװערד; פֿאַרװיסט זי – אַלע װאָס אין איר ,און
אירע בהמות ,מיטן שאַרף פֿון שװערד 17 .און איר גאַנצן זאַקרױב
זאָלסטו צונױפֿקל ַײבן אין מיטן פֿון איר מאַרק ,און פֿאַרברענען אין
פֿ ַײער די שטאָט מיט איר גאַנצן זאַקרױב ,אין גאַנצן צו יהוה ד ַײן
גאָט ,און זי זאָל ז ַײן אַן אײביקער חורבֿה-הױפֿן; זי זאָל מער ניט
אָפּגעבױט װערן 18 .און קײן שום זאַך פֿון דעם כרם זאָל זיך ניט
אָנקלעפּן אין ד ַײן האַנט ,כּדי גאָט זאָל זיך אָפּקערן פֿון ז ַײן
גרימצאָרן ,און דיר שענקען דערבאַרימונג ,און זיך דערבאַרימען אױף
דיר ,און דיך מערן ,אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו ד ַײנע עלטערן;
19אַז דו װעסט צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,צו היטן
אַלע ז ַײנע געבאָט װאָס איך געביט דיר ה ַײנט ,צו טאָן װאָס איז
רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה ד ַײן גאָט.