Page 38 - Dvorim
P. 38

‫דברים‬

‫טאָג פֿון ד ַײן אַרױסגײן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ ,‬אַלע טעג פֿון ד ַײן לעבן‪.‬‬
‫‪ 4‬און עס זאָל ניט געזען װערן ב ַײ דיר זױערטײג אין ד ַײן גאַנצן גבֿול‬
‫זיבן טעג; און עס זאָל ניט איבערנעכטיקן ביז אין דער פֿרי פֿון דעם‬
‫פֿלײש װאָס דו װעסט שלאַכטן אין אָװנט פֿון ערשטן טאָג‪ 5 .‬טאָרסט‬
‫ניט שלאַכטן דעם ָקרבן‪-‬פּסח אין אײנעם פֿון ד ַײנע טױערן װאָס יהוה‬
‫ד ַײן גאָט גיט דיר‪ 6 .‬נ ַײערט אין דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט‬
‫אױסדערװײלן אױף צו מאַכן רוען ז ַײן נאָמען‪ ,‬דאָרטן זאָלסטו‬
‫שלאַכטן דעם ָקרבן‪-‬פּסח‪ ,‬אין אָװנט װי די זון גײט אונטער‪ ,‬אין דער‬
‫צ ַײט פֿון ד ַײן אַרױסגײן פֿון ִמצ ַר ִים‪ 7 .‬און זאָלסט אים בראָטן און‬
‫עסן אין דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט אים אױסדערװײלן; און‬
‫אין דער פֿרי זאָלסטו זיך אומקערן‪ ,‬און גײן צו ד ַײנע געצעלטן‪.‬‬
‫‪ 8‬זעקס טעג זאָלסטו עסן מצות‪ ,‬און אױפֿן זיבעטן טאָג זאָל ז ַײן אַ‬
‫הײליקע א ַײנזאַמלונג צו יהוה ד ַײן גאָט; זאָלסט ניט טאָן קײן‬

                                                                ‫אַרבעט‪.‬‬

‫‪ 9‬זיבן װאָכן זאָלסטו דיר צײלן; פֿון װען מע לאָזט אַראָפּ אַ‬
‫שנ ַײדמעסער אױף דער תּבֿואה זאָלסטו אָנהײבן צײלן זיבן װאָכן‪.‬‬
‫‪ 10‬און זאָלסט מאַכן דעם ָיום‪-‬טובֿ פֿון שבֿועות צו יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬װי‬
‫נאָך דער פֿר ַײער גאָב פֿון ד ַײן האַנט‪ ,‬װאָס דו װעסט געבן‪ ,‬לױט װי‬
‫יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך בענטשן‪ 11 .‬און זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה‬
‫ד ַײן גאָט‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן זון און ד ַײן טאָכטער‪ ,‬און ד ַײן קנעכט און ד ַײן‬
‫דינסט‪ ,‬און דער ֵל ִוי װאָס אין ד ַײנע טױערן‪ ,‬און דער פֿרעמדער‪ ,‬און‬
‫דער יתום‪ ,‬און די אַלמנה‪ ,‬װאָס צװישן דיר – אין דעם אָרט װאָס‬
‫יהוה ד ַײן גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען ז ַײן נאָמען דאָרטן‪.‬‬
‫‪ 12‬און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין ִמצ ַר ִים‪ ,‬און‬

                          ‫זאָלסט אָפּהיטן און טאָן די דאָזיקע געזעצן‪.‬‬

‫‪ 13‬דעם ָיום‪-‬טובֿ פֿון סוכּות זאָלסטו דיר מאַכן זיבן טעג‪ ,‬װען דו‬
‫זאַמלסט א ַײן פֿון ד ַײן ש ַײער און פֿון ד ַײן קעלטער‪ 14 .‬און זאָלסט זיך‬
‫פֿרײען אין ד ַײן ָיום‪-‬טובֿ‪ ,‬דו‪ ,‬און ד ַײן זון און ד ַײן טאָכטער‪ ,‬און ד ַײן‬
‫קנעכט און ד ַײן דינסט‪ ,‬און דער ֵל ִוי‪ ,‬און דער פֿרעמדער‪ ,‬און דער‬
‫יתום‪ ,‬און די אַלמנה‪ ,‬װאָס אין ד ַײנע טױערן‪ 15 .‬זיבן טעג זאָלסטו‬
‫האַלטן ָיום‪-‬טובֿ צו יהוה ד ַײן גאָט אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט‬
‫אױסדערװײלן; װאָרום יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך בענטשן אין ד ַײן‬
‫גאַנצן א ַײנקום‪ ,‬און אין יעטװעדער טואונג פֿון ד ַײנע הענט‪ ,‬און‬

                                           ‫װעסט ז ַײן לױטער פֿרײלעך‪.‬‬
   33   34   35   36   37   38   39   40   41   42   43