Page 39 - Dvorim
P. 39
דברים
16דר ַײ מאָל אין יאָר זאָלן אַלע ד ַײנע מאַנספּאַרשױנען זיך װ ַײזן פֿאַר
יהוה ד ַײן גאָט ,אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן :אין דעם
ָיום-טובֿ פֿון מצות ,און אין דעם ָיום-טובֿ פֿון שבֿועות ,און אין דעם
ָיום-טובֿ פֿון סוכּות; און מע זאָל זיך ניט װ ַײזן פֿאַר גאָט מיט לײדיקן;
17איטלעכער לױט דער גאָב פֿון ז ַײן האַנט ,װי נאָך דער מזל-ברכה
פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,װאָס ער האָט דיר געגעבן.
שוֹפֿ ִטים
18ריכטער און אױפֿזעער זאָלסטו דיר מאַכן אין אַלע ד ַײנע טױערן,
װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר ,לױט ד ַײנע שבֿטים; און זײ זאָלן משפּטן
דאָס פֿאָלק מיט אַ גערעכטן משפּט 19 .זאָלסט ניט פֿאַרדרײען אַ
משפּט; זאָלסט ניט דערקענען קײן פּנים ,און ניט נעמען שוחד,
װאָרום שוחד מאַכט בלינד די אױגן פֿון קלוגע ,און פֿאַרקרימט די
װערטער פֿון גערעכטע 20 .נאָך גערעכטיקײט ,נאָך גערעכטיקײט
זאָלסטו זיך יאָגן ,כּדי זאָלסט לעבן און אַרבן דאָס לאַנד װאָס יהוה
ד ַײן גאָט גיט דיר.
21זאָלסט דיר ניט פֿלאַנצן אַ געצנבױם פֿון אַ שום האָלץ לעבן דעם
מזבח פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,װאָס דו װעסט דיר מאַכן 22 .און זאָלסט
דיר ניט אױפֿשטעלן אַ ז ַײלשטײן ,װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט פֿ ַײנט.
1זאָלסט ניט שלאַכטן צו יהוה ד ַײן גאָט אַן אָקס אָדער אַ
שעפּס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום ,עפּעס אַ שלעכטע זאַך;יז
װאָרום אַן אומװערדיקײט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט איז דאָס.
2אַז עס װעט געפֿונען װערן צװישן דיר ,אין אײנעם פֿון ד ַײנע
טױערן װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר ,אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װאָס װעט
טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון יהוה ד ַײן גאָט,
איבערצוטרעטן ז ַײן בונד; 3און ער װעט גײן און דינען פֿרעמדע
געטער ,און זיך בוקן צו זײ ,אָדער צו דער זון ,אָדער צו דער לבֿנה,
אָדער צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל ,װאָס איך האָב ניט געהײסן;
4און עס װעט דיר דערצײלט װערן ,און װעסט הערן ,און װעסט גוט
אױספֿאָרשן ,ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק ,די דאָזיקע