Page 42 - Dvorim
P. 42

‫דברים‬

‫ל ִו ִיים װאָס שטײען דאָרטן פֿאַר גאָט‪ 8 .‬גל ַײכע חלקים זאָלן זײ עסן‪,‬‬
                ‫אַחוץ װאָס אים װערט געגעבן לױט די פֿאָטערה ַײזער‪.‬‬

‫‪ 9‬אַז דו קומסט אין דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪ ,‬זאָלסטו‬
‫זיך ניט אָפּלערנען צו טאָן אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון יענע‬
‫פֿעלקער‪ 10 .‬עס זאָל זיך ניט געפֿינען ב ַײ דיר אײנער װאָס מאַכט‬
‫דורכגײן ז ַײן זון אָדער ז ַײן טאָכטער דורכן פֿ ַײער‪ ,‬אַ װאָרזאָגער פֿון‬
‫װאָרזאָגענישן‪ ,‬אַ צײכנזעער‪ ,‬אָדער אַ טרעפֿער‪ ,‬אָדער אַ מכשף‪,‬‬
‫‪ 11‬אָדער אַ צױבערשפּרעכער‪ ,‬אָדער אײנער װאָס פֿרעגט ב ַײ אַ ג ַײסט‬
‫אָדער אַ רוח‪ ,‬אָדער אַ פֿאָרשער ב ַײ טױטע‪ 12 .‬װאָרום אַן‬
‫אומװערדיקײט ב ַײ גאָט איז יעטװעדער װאָס טוט דאָס‪ ,‬און פֿון װעגן‬
‫די דאָזיקע אומװערדיקײטן פֿאַרטר ַײבט זײ יהוה ד ַײן גאָט פֿון פֿאַר‬
‫דיר‪ 13 .‬גאַנץ זאָלסטו ז ַײן מיט יהוה ד ַײן גאָט‪ 14 .‬װאָרום די דאָזיקע‬
‫פֿעלקער װאָס דו ירשעסט זײ‪ ,‬הערן זיך צו צו צײכנזעערס‪ ,‬און צו‬
‫װאָרזאָגערס‪ ,‬אָבער דו – ניט אַזױ‪-‬װאָס האָט דיר געגעבן יהוה ד ַײן‬
‫גאָט‪ 15 .‬אַ נבֿיא פֿון צװישן דיר‪ ,‬פֿון ד ַײנע ברידער‪ ,‬אַזאַ װי איך‪ ,‬װעט‬
‫דיר אױפֿשטעלן יהוה ד ַײן גאָט; צו אים זאָלט איר זיך צוהערן‪.‬‬
‫‪ 16‬גענױ אַזױ װי דו האָסט פֿאַרלאַנגט פֿון יהוה ד ַײן גאָט אין חוֹ ֵרבֿ‪,‬‬
‫אין טאָג פֿון דער א ַײנזאַמלונג‪ ,‬אַזױ צו זאָגן‪ :‬לאָמיך ניט הערן װידער‬
‫דעם ָקול פֿון יהוה מ ַײן גאָט‪ ,‬לאָמיך ניט זען מער דאָס דאָזיקע‬
‫גרױסע פֿ ַײער‪ ,‬כּדי איך זאָל ניט שטאַרבן‪ 17 .‬און גאָט האָט געזאָגט‬
‫צו מיר‪ :‬גוט איז װאָס זײ האָבן גערעדט‪ 18 .‬אַ נבֿיא װעל איך זײ‬
‫אױפֿשטעלן פֿון צװישן זײערע ברידער‪ ,‬אַזאַ װי דו‪ ,‬און איך װעל‬
‫אַר ַײנגעבן מ ַײנע װערטער אין ז ַײן מױל‪ ,‬און ער װעט רעדן צו זײ אַלץ‬
‫װאָס איך װעל אים באַפֿעלן‪ 19 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬דער מאַן װאָס‬
‫װעט ניט צוהערן צו מ ַײנע װערטער װאָס ער װעט רעדן אין מ ַײן‬
‫נאָמען‪ ,‬װעל איך אױפֿמאָנען פֿון אים‪ 20 .‬אָבער דער נבֿיא װאָס װעט‬
‫מוטװיליקן צו רעדן אין מ ַײן נאָמען אַ װאָרט װאָס איך האָב אים ניט‬
‫באַפֿױלן צו רעדן‪ ,‬אָדער דער װאָס װעט רעדן אין נאָמען פֿון פֿרעמדע‬
‫געטער‪ ,‬יענער נבֿיא זאָל שטאַרבן‪ 21 .‬און אױב דו װעסט זאָגן אין‬
‫ד ַײן האַרצן‪ :‬װי אַזױ װעלן מיר דערקענען דאָס װאָרט װאָס גאָט האָט‬
‫עס ניט גערעדט? ‪ 22‬אַז דער נבֿיא װעט רעדן אין נאָמען פֿון גאָט‪,‬‬
‫און דאָס װאָרט װעט ניט געשען און ניט אָנקומען‪ ,‬איז דאָס אַ װאָרט‬
‫װאָס גאָט האָט עס ניט גערעדט; מיט מוטװיליקײט האָט עס דער‬

                      ‫נבֿיא גערעדט; זאָלסט זיך ניט שרעקן פֿאַר אים‪.‬‬
   37   38   39   40   41   42   43   44   45   46   47