Page 37 - Dvorim
P. 37
דברים
אים באַשענקען פֿון ד ַײנע שאָף ,און פֿון ד ַײן ש ַײער ,און פֿון ד ַײן
קעלטער; מיט װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך געבענטשט ,דערפֿון
זאָלסטו אים געבן 15 .און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו
געװען אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,און יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך אױסגעל ַײזט;
דרום באַפֿעל איך דיר ה ַײנט די דאָזיקע זאַך 16 .און עס װעט ז ַײן ,אַז
ער װעט זאָגן צו דיר :איך װיל ניט אַװעקגײן פֿון דיר; װ ַײל ער האָט
ליב דיך און ד ַײן הױזגעזינט ,װאָרום אים איז גוט ב ַײ דיר 17 ,זאָלסטו
נעמען אַן אָל ,און דורכשטעכן ז ַײן אױער ביז אין טיר ,און ער זאָל
דיר ז ַײן אַן אײביקער קנעכט; און אױך צו ד ַײן דינסט זאָלסטו טאָן
אַזױ 18 .עס זאָל ניט שװער ז ַײן אין ד ַײנע אױגן ,װען דו לאָזט אים
אַרױס פֿר ַײ פֿון דיר ,װאָרום טאָפּל װי פֿאַר דעם לױן פֿון אַ
לױנאַרבעטער האָט ער דיר געדינט זעקס יאָר; און יהוה ד ַײן גאָט
װעט דיך בענטשן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן.
19יעטװעדער ערשטלינג אַ ָזכר װאָס װעט געבאָרן װערן צװישן
ד ַײנע רינדער און צװישן ד ַײנע שאָף ,זאָלסטו הײליקן צו יהוה ד ַײן
גאָט; זאָלסט ניט אַרבעטן מיט דעם ב ָכור פֿון ד ַײנע אָקסן ,און ניט
שערן דעם ב ָכור פֿון ד ַײנע שאָף 20 .פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט זאָלסטו אים
עסן יאָר אין יאָר ,אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן ,דו
און ד ַײן הױזגעזינט 21 .און אױב ער װעט ז ַײן מיט אַ מום ,אַ
הינקעדיקער ,אָדער אַ בלינדער – מיט װאָסער עס איז בײזן מום,
זאָלסטו אים ניט שלאַכטן צו יהוה ד ַײן גאָט 22 .אין ד ַײנע טױערן
זאָלסטו אים עסן ,דער אומרײנער אין אײנעם מיט דעם רײנעם ,אַזױ
װי אַ הירש און װי אַ הינד 23 .נאָר ז ַײן בלוט זאָלסטו ניט עסן; אױף
דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.
1היט אָףּ דעם חוֹדש אָבֿיבֿ ,און זאָלסט מאַכן דעם ָקרבן-
פּסח צו יהוה ד ַײן גאָט ,װאָרום אין חוֹדש אָבֿיבֿ האָט דיךטז
יהוה ד ַײן גאָט אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,ב ַײ נאַכט 2 .און
זאָלסט שלאַכטן דעם ָקרבן-פּסח צו יהוה ד ַײן גאָט ,פֿון שאָף אָדער
פֿון רינדער ,אין דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן
רוען ז ַײן נאָמען דאָרטן 3 .זאָלסט ניט עסן דערב ַײ חמץ; זיבן טעג
זאָלסטו עסן דערב ַײ מצות ,ברױט פֿון נױט ,װאָרום אין געא ַײל
ביסטו אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים; כּדי זאָלסט געדענקען דעם