Page 32 - Dvorim
P. 32
דברים
זײ נאָכצוטאָן ,נאָכדעם װי זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן פֿון פֿאַר דיר,
און זאָלסט ניט נאָכפֿרעגן נאָך זײערע געטער ,אַזױ צו זאָגן :װי פֿלעגן
די דאָדאָזיקע פֿעלקער דינען זײערע געטער? טאָ לאָמיך אױך אַזױ
טאָן 31 .זאָלסט ניט טאָן אַזױ צו יהוה ד ַײן גאָט; װאָרום יעטװעדער
אומװערדיקײט פֿון יהוה ,װאָס ער האָט פֿ ַײנט ,האָבן זײ געטאָן צו
זײערע געטער; װאָרום אַפֿילו זײערע זין און זײערע טעכטער
פֿאַרברענען זײ אין פֿ ַײער צו זײערע געטער.
1אַלדאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל א ַײך ,דאָס זאָלט איר היטן
צו טאָן; זאָלסט ניט צולײגן דערצו ,און זאָלסט ניט מינערןיג
דערפֿון.
2אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא ,אָדער אַ חלומער פֿון
חלוֹמות ,און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער – 3און
דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט ,װעט
אָנקומען – אַזױ צו זאָגן :לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע געטער – װאָס דו
קענסט ניט – און לאָמיר זײ דינען; 4זאָלסטו ניט צוהערן צו די
װערטער פֿון יענעם נבֿיא ,אָדער יענעם חלומער פֿון חלוֹמות ,װאָרום
דאָס פּרוּװט א ַײך יהוה א ַײער גאָט ,כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב
יהוה א ַײער גאָט מיט א ַײער גאַנצן האַרצן און מיט א ַײער גאַנצער
זעל 5 .נאָך יהוה א ַײער גאָט זאָלט איר גײן ,און פֿאַר אים זאָלט איר
מוֹרא האָבן ,און ז ַײנע געבאָט זאָלט איר היטן ,און צו ז ַײן ָקול זאָלט
איר צוהערן ,און אים זאָלט איר דינען ,און אָן אים זאָלט איר זיך
באַהעפֿטן 6 .און יענער נבֿיא אָדער יענער חלומער פֿון חלוֹמות זאָל
געטײט װערן ,װ ַײל ער האָט גערעדט אָפּקערונג קעגן יהוה א ַײער
גאָט ,װאָס האָט א ַײך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,און װאָס האָט
דיך אױסגעל ַײזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט – כּדי דיך
אַראָפּצופֿירן פֿון דעם װעג װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר באַפֿױלן צו
גײן אין אים .און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
7אַז ד ַײן ברודער ,דער זון פֿון ד ַײן מוטער ,אָדער ד ַײן זון ,אָדער ד ַײן
טאָכטער ,אָדער די װ ַײב פֿון ד ַײן בוזעם ,אָדער ד ַײן חבֿר ,װאָס איז
אַזױ װי ד ַײן אײגן זעל ,װעט דיך אָנרעדן אין פֿאַרבאָרגעניש ,אַזױ צו
זאָגן :לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע געטער – װאָס ניט דו האָסט