Page 31 - Dvorim
P. 31
דברים
יהוה ד ַײן גאָט זאָלסטו עס עסן ,אין דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט
װעט אים אױסדערװײלן ,דו ,און ד ַײן זון און ד ַײן טאָכטער ,און ד ַײן
קנעכט און ד ַײן דינסט ,און דער ֵל ִוי װאָס אין ד ַײנע טױערן .און
זאָלסט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון
ד ַײן האַנט 19 .היט דיך ,זאָלסט ניט פֿאַרלאָזן דעם ֵל ִוי ,אַלע טעג
אױף ד ַײן לאַנד.
20אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט דערברײטערן ד ַײן געמאַרק ,אַזױ װי ער
האָט דיר צוגעזאָגט ,און װעסט זאָגן» :לאָמיך עסן פֿלײש« ,װ ַײל ד ַײן
האַרץ װעט געלוסטן צו עסן פֿלײש ,מעגסטו עסן פֿלײש װיפֿיל ד ַײן
האַרץ געלוסט 21 .אױב עס װעט ז ַײן װ ַײט פֿון דיר דער אָרט װאָס
יהוה ד ַײן גאָט װעט אױסדערװײלן צו טאָן ז ַײן נאָמען דאָרטן,
זאָלסטו שלאַכטן פֿון ד ַײנע רינדער און פֿון ד ַײנע שאָף װאָס גאָט
האָט דיר געגעבן ,אַזױ װי איך האָב דיר באַפֿױלן ,און עסן אין ד ַײנע
טױערן װיפֿיל ד ַײן האַרץ געלוסט 22 .אָבער װי מע עסט אַ הירש און
אַ הינד ,אַזױ זאָלסטו עס עסן; דער אומרײנער אין אײנעם מיטן
רײנעם מעג עס עסן 23 .נאָר ז ַײ פֿעסט ניט צו עסן דאָס בלוט,
װאָרום דאָס בלוט איז דאָס לעבן ,און טאָרסט ניט עסן דאָס לעבן
מיטן פֿלײש 24 .זאָלסט עס ניט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס
אױסגיסן אַזױ װי װאַסער 25 .זאָלסט עס ניט עסן ,כּדי עס זאָל גוט
ז ַײן דיר און ד ַײנע קינדער נאָך דיר ,אַז דו װעסט טאָן װאָס איז
רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון גאָט.
26נאָר ד ַײנע געהײליקטע זאַכן װאָס װעלן ז ַײן ב ַײ דיר ,און ד ַײנע
נדרים ,זאָלסטו נעמען און גײן צו דעם אָרט װאָס גאָט װעט
אױסדערװײלן; 27און זאָלסט מאַכן ד ַײנע בראַנדאָפּפֿער ,דאָס פֿלײש
און דאָס בלוט ,אױף דעם מזבח פֿון יהוה ד ַײן גאָט; און דאָס בלוט
פֿון ד ַײנע שלאַכטאָפּפֿער זאָל אױסגעגאָסן װערן אױף דעם מזבח פֿון
גאָט ד ַײן האַר ,און דאָס פֿלײש זאָלסטו עסן 28 .היט און זאָלסט
געהאָרכן אַלע די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר ,כּדי עס
זאָל גוט ז ַײן דיר און ד ַײנע קינדער נאָך דיר ביז אײביק ,אַז דו װעסט
טאָן װאָס איז גוט און רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון יהוה ד ַײן גאָט.
29אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט פֿאַרשנ ַײדן די פֿעלקער װאָס דו קוסמט
אַהין ,זײ צו פֿאַרטר ַײבן פֿון פֿאַר דיר ,און װעסט זײ ירשען ,און זיך
באַזעצן אין זײער לאַנד 30 ,היט דיך ,זאָלסט ניט געשטרױכלט װערן