Page 26 - Dvorim
P. 26

‫דברים‬

‫געקריגן קײן חלק און קײן נחלה מיט ז ַײנע ברידער; גאָט איז ז ַײן‬
‫נחלה‪ ,‬אַזױ װי יהוה ד ַײן גאָט האָט אים צוגעזאָגט‪ 10 – .‬און איך בין‬
‫געבליבן אױפֿן באַרג אַזױ װי די פֿריערדיקע טעג‪ ,‬פֿערציק טעג און‬
‫פֿערציק נעכט‪ ,‬און גאָט האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר;‬
‫גאָט האָט ניט געװאָלט דיך אומברענגען‪ 11 .‬און גאָט האָט צו מיר‬
‫געזאָגט‪ :‬שטײ אױף‪ ,‬גײ‪ ,‬צו ציען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק‪ ,‬כּדי זײ זאָלן‬
‫קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן זײערע עלטערן‬

                                                            ‫זײ צו געבן‪.‬‬

‫‪ 12‬און אַצונד‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬װאָס פֿאַרלאַנגט יהוה ד ַײן גאָט פֿון דיר? נאָר‬
‫בלױז מוֹרא צו האָבן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬צו גײן אין אַלע ז ַײנע װעגן‪,‬‬
‫און אים ליב צו האָבן‪ ,‬און צו דינען יהוה ד ַײן גאָט מיט ד ַײן גאַנצן‬
‫האַרצן‪ ,‬און מיט ד ַײן גאַנצער זעל; ‪ 13‬צו היטן די געבאָט פֿון גאָט‬
‫און ז ַײנע געזעצן‪ ,‬װאָס איך באַפֿעל דיר ה ַײנט פֿון ד ַײן טוֹבֿה װעגן‪.‬‬
‫‪ 14‬זע‪ ,‬צו יהוה ד ַײן גאָט געהערן די הימלען‪ ,‬און די הימלען פֿון די‬
‫הימלען‪ ,‬און די ערד און אַלץ װאָס אױף איר‪ 15 .‬נאָר צו ד ַײנע‬
‫עלטערן האָט גאָט געגלוסט‪ ,‬זײ ליב צו האָבן‪ ,‬און ער האָט‬
‫אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ – א ַײך – פֿון אַלע פֿעלקער‪ ,‬אַזױ‬
‫װי ה ַײנטיקן טאָג‪ 16 .‬דרום זאָלט איר באַשנ ַײדן די פֿאָרהױט פֿון‬
‫א ַײער האַרצן‪ ,‬און א ַײער נאַקן זאָלט איר מער ניט האַרט מאַכן‪.‬‬
‫‪ 17‬װאָרום יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬ער איז דער גאָט פֿון געטער‪ ,‬און דער‬
‫האַר פֿון האַרן‪ ,‬דער גרױסער גאָט‪ ,‬דער שטאַרקער‪ ,‬און דער‬
‫פֿאָרכטיקער‪ ,‬װאָס שױנט ניט קײן פּנים‪ ,‬און נעמט ניט קײן שוֹחד‪.‬‬
‫‪ 18‬ער טוט גערעכטיקײט דעם יתום און דער אַלמנה‪ ,‬און האָט ליב‬
‫דעם פֿרעמדן‪ ,‬אים צו געבן ברױט און אַ קלײד‪ 19 .‬און איר זאָלט ליב‬
‫האָבן דעם פֿרעמדן‪ ,‬װאָרום פֿרעמדע ז ַײט איר געװען אין לאַנד‬
‫ִמצ ַר ִים‪ 20 .‬פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט זאָלסטו מוֹרא האָבן‪ ,‬אים זאָלסטו‬
‫דינען‪ ,‬און אָן אים זאָלסטו זיך באַהעפֿטן‪ ,‬און ב ַײ ז ַײן נאָמען זאָלסטו‬
‫שװערן‪ 21 .‬ער איז ד ַײן לױב‪ ,‬און ער איז ד ַײן גאָט‪ ,‬װאָס האָט מיט‬
‫דיר געטאָן די דאָזיקע גרױסע און פֿאָרכטיקע זאַכן‪ ,‬װאָס ד ַײנע אױגן‬
‫האָבן געזען‪ 22 .‬מיט זיבעציק נפֿשות האָבן ד ַײנע עלטערן גענידערט‬
‫קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬און אַצונד האָט יהוה ד ַײן גאָט דיך געמאַכט אַזױ װי די‬

                                         ‫שטערן פֿון הימל אין פֿילקײט‪.‬‬
   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30   31