Page 25 - Dvorim
P. 25

‫דברים‬

‫אַרב‪ ,‬װאָס דו האָסט אױסגעל ַײזט מיט ד ַײן גרױסקײט‪ ,‬װאָס דו‬
‫האָסט אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים מיט אַ שטאַרקער האַנט‪ 27 .‬געדענק‬
‫ד ַײנע קנעכט‪ ,‬אַבֿרהם‪ ,‬יצחק‪ ,‬און יעקבֿ; זאָלסט זיך ניט אומקוקן‬
‫אױף דער האַרטקײט פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק‪ ,‬און אױף ז ַײן‬
‫שלעכטיקײט‪ ,‬און אױף ז ַײן זינד; ‪ 28‬כּדי דאָס לאַנד װאָס דו האָסט‬
‫אונדז אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן‪ ,‬זאָל ניט זאָגן‪ :‬װ ַײל גאָט איז ניט‬
‫ביכוֹלת זײ צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ צוגעזאָגט‪,‬‬
‫און װ ַײל ער האָט זײ פֿ ַײנט‪ ,‬דרום האָט ער זײ אַרױסגעצױגן זײ צו‬
‫טײטן אין דער מדבר‪ 29 .‬און זײ ז ַײנען דאָך ד ַײן פֿאָלק און ד ַײן אַרב‪,‬‬
‫װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן מיט ד ַײן גרױס שטאַרקײט און מיט ד ַײן‬

                                              ‫אױסגעשטרעקטן אָרעם‪.‬‬

‫‪ 1‬אין יענער צ ַײט האָט גאָט צו מיר געזאָגט‪ :‬האַק דיר אױס צװײ‬

‫שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע‪ ,‬און קום אַרױף צו מירי‬

‫אױפֿן באַרג; און זאָלסט דיר מאַכן אַ הילצערנעם אָרון‪ 2 .‬און איך‬
‫װעל אױפֿשר ַײבן אױף די לוחות די װערטער װאָס ז ַײנען געװען אױף‬
‫די ערשטע לוחות װאָס דו האָסט צעבראָכן; און װעסט זײ אַר ַײנטאָן‬
‫אין דעם אָרון‪ 3 .‬האָב איך געמאַכט אַן אָרון פֿון ִשטים‪-‬האָלץ; און‬
‫איך האָב אױסגעהאַקט צװײ שטײנערנע לוחות אַזױ װי די ערשטע‪,‬‬
‫און איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג מיט די צװײ לוחות אין מ ַײן‬
‫האַנט‪ 4 .‬און ער האָט אױפֿגעשריבן אױף די לוחות אַזױ װי דאָס‬
‫פֿריערדיקע געשריפֿטס‪ :‬די צען געבאָט װאָס גאָט האָט צו א ַײך‬
‫גערעדט אױפֿן באַרג פֿון מיטן פֿ ַײער‪ ,‬אין טאָג פֿון דער א ַײנזאַמלונג;‬
‫און גאָט האָט זײ מיר געגעבן‪ 5 .‬און איך האָב זיך אומגעקערט און‬
‫האָב אַראָפּגענידערט פֿון באַרג‪ ,‬און איך האָב אַר ַײנגעטאָן די לוחות‬
‫אין דעם אָרון װאָס איך האָב געמאַכט‪ ,‬און זײ ז ַײנען דאָרטן געבליבן‪,‬‬
‫אַזױ װי גאָט האָט מיר באַפֿױלן‪ 6 – .‬און די קינדער פֿון ישׂראל האָבן‬
‫געצױגן פֿון ב ֵארוֹת‪-‬בֵני‪ַ-‬י ֲע ָקן קײן מוֹ ֵס ָרה‪ .‬דאָרטן איז אַהרן‬
‫געשטאָרבן‪ ,‬און איז דאָרטן באַגראָבן געװאָרן; און ז ַײן זון ֶאל ָעָזר איז‬
‫געװאָרן כֹּהן אױף ז ַײן אָרט‪ 7 .‬פֿון דאָרטן האָבן זײ געצױגן קײן‬
‫גודגוֹד‪ ,‬און פֿון גודגוֹד קײן ָיטבֿה‪ ,‬אַ לאַנד פֿון בעכן װאַסער‪ 8 – .‬אין‬
‫יענער צ ַײט האָט גאָט אָפּגעשײדט דעם שבֿט ֵל ִוי צו טראָגן דעם אָרון‬
‫פֿון גאָטס בונד‪ ,‬צו שטײן פֿאַר גאָט‪ ,‬אין צו באַדינען‪ ,‬און צו בענטשן‬
‫אין ז ַײן נאָמען‪ ,‬ביז אױף ה ַײנטיקן טאָג‪ 9 .‬דרום האָט דער ֵל ִוי ניט‬
   20   21   22   23   24   25   26   27   28   29   30