Page 30 - Dvorim
P. 30

‫דברים‬

‫א ַײערע מעשׂרס‪ ,‬און די אָפּשײדונג פֿון א ַײער האַנט‪ ,‬און א ַײערע‬
‫נדרים‪ ,‬און א ַײערע פֿר ַײװיליקע גאָבן‪ ,‬און די ערשטלינגען פֿון א ַײערע‬
‫רינדער און א ַײערע שאָף‪ 7 .‬און איר זאָלט דאָרטן עסן פֿאַר יהוה‬
‫א ַײער גאָט‪ ,‬און זיך פֿרײען מיט דעם גאַנצן אױפֿטו פֿון א ַײער האַנט‪,‬‬
‫איר און א ַײערע הױזגעזינטן‪ ,‬לױט װי יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך‬
‫געבענטשט‪ 8 .‬איר זאָלט ניט טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס מיר טוען דאָ‬
‫ה ַײנט‪ ,‬איטלעכער אַלץ װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין ז ַײנע אױגן;‬
‫‪ 9‬װאָרום איר ז ַײט ביז אַצונד ניט געקומען צו דער רו און צו דער‬
‫אַרבונג װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪ 10 .‬אָבער אַז איר װעט‬
‫אַריבערגײן דעם ַירדן‪ ,‬און איר װעט זיך באַזעצן אין דעם לאַנד װאָס‬
‫יהוה א ַײער גאָט מאַכט א ַײך אַרבן‪ ,‬און ער װעט א ַײך באַרוען פֿון‬
‫אַלע א ַײערע פֿ ַײנט פֿון רונד אַרום‪ ,‬און איר װעט זיצן אין זיכערקײט‪,‬‬
‫‪ 11‬זאָל ז ַײן‪ :‬דער אָרט װאָס יהוה א ַײער גאָט װעט אים אױסדערװײלן‬
‫צו מאַכן רוען ז ַײן נאָמען דאָרטן‪ ,‬אַהין זאָלט איר ברענגען אַלץ װאָס‬
‫איך באַפֿעל א ַײך‪ :‬א ַײערע בראַנדאָפּפֿער און א ַײערע שלאַכטאָפּפֿער‪,‬‬
‫א ַײערע מעשׂרס‪ ,‬און די אָפּשײדונג פֿון א ַײער האַנט‪ ,‬און אַלע א ַײערע‬
‫געקליבענע נדרים װאָס איר װעט מנדר ז ַײן צו גאָט‪ 12 .‬און איר‬
‫זאָלט זיך פֿרײען פֿאַר יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬איר‪ ,‬און א ַײערע זין און‬
‫א ַײערע טעכטער‪ ,‬און א ַײערע קנעכט און א ַײערע דינסטן‪ ,‬און דער‬
‫ֵל ִוי װאָס אין א ַײערע טױערן; װאָרום ער האָט ניט קײן חלק און קײן‬
‫נחלה ב ַײ א ַײך‪ 13 .‬היט דיך‪ ,‬זאָלסט ניט אױפֿברענגען ד ַײנע‬
‫בראַנדאָפּפֿער אין איטלעכן אָרט װאָס דו װעסט זען; ‪ 14‬נ ַײערט אין‬
‫דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן אין אײנעם פֿון ד ַײנע‬
‫שבֿטים‪ ,‬דאָרטן זאָלסטו אױפֿברענגען ד ַײנע בראַנדאָפּפֿער‪ ,‬און‬

                      ‫דאָרטן זאָלסטו טאָן אַלץ װאָס איך באַפֿעל דיר‪.‬‬

‫‪ 15‬אָבער מעגסט װיפֿיל ד ַײן האַרץ געלוסט שלאַכטן און עסן פֿלײש‬
‫אין אַלע ד ַײנע טױערן‪ ,‬װי נאָך דער מזל‪-‬ברכה פֿון יהוה ד ַײן גאָט‬
‫װאָס ער האָט דיר געגעבן; דער אומרײנער אַזױ װי דער רײנער מעג‬
‫עס עסן‪ ,‬אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד‪ 16 .‬נאָר דאָס בלוט זאָלט‬

  ‫איר ניט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער‪.‬‬

‫‪ 17‬טאָרסט ניט עסן אין ד ַײנע טױערן דעם מעשׂר פֿון ד ַײן תּבֿואה און‬
‫ד ַײן װ ַײן און ד ַײן אײל‪ ,‬און די ערשטלינגען פֿון ד ַײנע רינדער און‬
‫ד ַײנע שאָף‪ ,‬און אַלע נדרים װאָס דו װעסט מנדר ז ַײן‪ ,‬און ד ַײנע‬
‫פֿר ַײװיליקע גאָבן‪ ,‬און די אָפּשײדונג פֿון ד ַײן האַנט; ‪ 18‬נ ַײערט פֿאַר‬
   25   26   27   28   29   30   31   32   33   34   35