Page 28 - Dvorim
P. 28

‫דברים‬

‫און שפּעטרעגן‪ ,‬און װעסט א ַײנזאַמלען ד ַײן תּבֿואה‪ ,‬און ד ַײן װ ַײן‪,‬‬
‫און ד ַײן אײל‪ 15 .‬און איך װעל געבן גראָז אין ד ַײן פֿעלד פֿאַר ד ַײן‬
‫בהמה; און װעסט עסן און װעסט זאַט ז ַײן‪ 16 .‬היט א ַײך‪ ,‬א ַײער‬
‫האַרץ זאָל ניט איבערגערעדט װערן‪ ,‬און איר װעט זיך אָפּקערן‪ ,‬און‬
‫דינען פֿרעמדע געטער‪ ,‬און זיך בוקן צו זײ‪ 17 .‬װאָרום דער צאָרן פֿון‬
‫גאָט װעט גרימען אױף א ַײך‪ ,‬און ער װעט פֿאַרשפּאַרן די הימלען‪ ,‬אַז‬
‫קײן רעגן זאָל ניט ז ַײן‪ ,‬און די ערד װעט ניט געבן איר פֿרוכט‪ ,‬און‬

    ‫איר װעט גיך אונטערגײן פֿון דעם גוטן לאַנד װאָס גאָט גיט א ַײך‪.‬‬

‫‪ 18‬און איר זאָלט אַר ַײנטאָן מ ַײנע דאָזיקע װערטער אין א ַײער‬
‫האַרצן‪ ,‬און אין א ַײער זעל‪ ,‬און איר זאָלט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן‬
‫אױף א ַײער האַנט‪ ,‬און זײ זאָלן ז ַײן פֿאַר אַ שטערנבאַנד צװישן‬
‫א ַײערע אױגן‪ 19 .‬און איר זאָלט זײ לערנען א ַײערע קינדער‪ ,‬רעדנדיק‬
‫דערפֿון װען דו זיצסט אין ד ַײן הױז‪ ,‬און װען דו גײסט אין װעג‪ ,‬און‬
‫װען דו לײגסט זיך‪ ,‬און װען דו שטײסט אױף‪ 20 .‬און זאָלסט זײ‬
‫אױפֿשר ַײבן אױף די ב ַײשטידלעך פֿון ד ַײן הױז‪ ,‬און אױף ד ַײנע‬
‫טױערן; ‪ 21‬כּדי א ַײערע טעג און די טעג פֿון א ַײערע קינדער זאָלן זיך‬
‫מערן אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן א ַײערע עלטערן זײ צו‬

                ‫געבן‪ ,‬אַזױ װי די טעג פֿון די הימלען איבער דער ערד‪.‬‬

‫‪ 22‬װאָרום אױב היטן װעט איר היטן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס‬
‫איך געביט א ַײך עס צו טאָן‪ ,‬ליב צו האָבן יהוה א ַײער גאָט‪ ,‬צו גײן‬
‫אין אַלע ז ַײנע װעגן‪ ,‬און זיך צו באַהעפֿטן אָן אים‪ 23 ,‬װעט גאָט‬
‫פֿאַרטר ַײבן אַלע די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר א ַײך‪ ,‬און איר װעט‬
‫אַרבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון א ַײך‪ 24 .‬איטלעכער‬
‫אָרט װאָס א ַײער פֿוסטריט װעט דערױף טרעטן‪ ,‬װעט געהערן צו‬
‫א ַײך‪ ,‬פֿון דעם מדבר און דעם לבֿנוֹן‪ ,‬פֿון דעם ט ַײך‪ ,‬דעם ט ַײך פּ ָרת‪,‬‬
‫און ביזן הינטערשטן ים‪ ,‬װעט ז ַײן א ַײער געמאַרק‪ 25 .‬ק ַײנער װעט‬
‫ניט באַשטײן פֿאַר א ַײך; יהוה א ַײער גאָט װעט געבן א ַײער שרעק און‬
‫א ַײער מוֹרא אױף אַלדעם לאַנד װאָס איר װעט טרעטן דערױף‪ ,‬אַזױ‬

                                           ‫װי ער האָט א ַײך צוגעזאָגט‪.‬‬
   23   24   25   26   27   28   29   30   31   32   33