Page 23 - Dvorim
P. 23
דברים
גאָט ,ער איז דער װאָס גײט אַריבער דיר פֿאַרױס ,אַ פֿ ַײער װאָס
פֿאַרצערט; ער װעט זײ פֿאַרטיליקן ,און ער װעט זײ מאַכן
אונטערטעניק פֿאַר דיר ,און װעסט זײ פֿאַרטר ַײבן ,און װעסט זײ גיך
אונטערברענגען ,אַזױ װי גאָט האָט דיר צוגעזאָגט 4 .זאָלסט ניט
זאָגן אין ד ַײן האַרצן ,װען יהוה ד ַײן גאָט װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון
פֿאַר דיר ,אַזױ צו זאָגן :פֿאַר מ ַײן גערעכטיקײט האָט מיך גאָט
געבראַכט צו אַרבן דאָס דאָזיקע לאַנד; װען פֿאַר דער שלעכטיקײט
פֿון די דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטר ַײבט זײ גאָט פֿון פֿאַר דיר 5 .ניט פֿאַר
ד ַײן גערעכטיקײט ,און פֿאַר דער רעכטפֿאַרטיקײט פֿון ד ַײן האַרצן,
קומסטו אַרבן זײער לאַנד ,נ ַײערט פֿאַר דער שלעכטיקײט פֿון די
דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטר ַײבט זײ יהוה ד ַײן גאָט פֿון פֿאַר דיר; און כּדי
מקיים צו ז ַײן דעם צוזאָג װאָס גאָט האָט געשװאָרן צו ד ַײנע
עלטערן ,צו אַבֿרהמען ,צו יצחקן ,און צו יעקבֿן 6 .און זאָלסט װיסן
ז ַײן ,אַז ניט פֿאַר ד ַײן גערעכטיקײט גיט דיר יהוה ד ַײן גאָט דאָס
דאָזיקע גוטע לאַנד ,עס צו אַרבן; װאָרום אַ האַרטנעקיק פֿאָלק
ביסטו.
7געדענק ,זאָלסט ניט פֿאַרגעסן ,װי דו האָסט דערצערנט יהוה ד ַײן
גאָט אין דער מדבר; פֿון דעם טאָג אָן װאָס דו ביסט אַרױסגעגאַנגען
פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים ,ביז א ַײער קומען צו דעם דאָזיקן אָרט ,ז ַײט איר
װידערשפּעניקער געװען אַקעגן גאָט 8 .אױך אין חוֹ ֵרבֿ האָט איר
דערצערנט גאָט ,און גאָט איז געװאָרן אױפֿגעבראַכט אױף א ַײך ,א ַײך
צו פֿאַרטיליקן 9 .אַז איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו נעמען די
שטײנערנע לוחות ,די לוחות פֿון דעם בונד װאָס גאָט האָט מיט א ַײך
געשלאָסן ,בין איך געבליבן אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק
נעכט; קײן ברױט האָב איך ניט געגעסן ,און קײן װאַסער האָב איך
ניט געטרונקען 10 .און גאָט האָט מיר געגעבן די צװײ שטײנערנע
לוחות געשריבן מיט גאָטס פֿינגער ,און אױף זײ איז געװען אַזױ װי
אַלע װערטער װאָס גאָט האָט מיט א ַײך גערעדט אױפֿן באַרג פֿון
מיטן פֿ ַײער אין טאָג פֿון דער א ַײנזאַמלונג 11 .און עס איז געװען צום
ָסוף פֿון פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט ,האָט מיר גאָט געגעבן די
צװײ שטײנערנע לוחות ,די לוחות פֿון בונד 12 .און גאָט האָט צו מיר
געזאָגט :שטײ אױף ,נידער אַראָפּ אױף גיך פֿון דאַנען ,װאָרום
פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז ד ַײן פֿאָלק װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון
ִמצ ַר ִים; זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ
באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסענעם געץ 13 .און גאָט האָט