Page 24 - Dvorim
P. 24
דברים
צו מיר געזאָגט ,אַזױ צו זאָגן :איך האָב געזען דאָס דאָזיקע פֿאָלק,
ערשט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז עס 14 .לאָז אָפּ פֿון מיר ,און איך
װעל זײ פֿאַרטיליקן ,און װעל אָפּמעקן זײער נאָמען פֿון אונטערן
הימל ,און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק שטאַרקער און גרעסער
פֿון אים 15 .האָב איך זיך אומגעקערט און האָב אַראָפּגענידערט פֿון
באַרג ,און דער באַרג האָט געברענט אין פֿ ַײער; און די צװײ לוחות
פֿון בונד ז ַײנען געװען אױף מ ַײנע בײדע הענט 16 .און איך האָב
געזען ,ערשט איר האָט געזינדיקט צו יהוה א ַײער גאָט; איר האָט
א ַײך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; איר האָט זיך גיך אָפּגעקערט פֿון
דעם װעג װאָס גאָט האָט א ַײך באַפֿױלן 17 .האָב איך אָנגענומען די
צװײ לוחות ,און האָב זײ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון מ ַײנע בײדע הענט,
און האָב זײ צעבראָכן פֿאַר א ַײערע אױגן 18 .און איך האָב מיך
אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר גאָט ,אַזױ װי דאָס ערשטע מאָל ,פֿערציק טעג
און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָב איך ניט געגעסן ,און קײן װאַסער
האָב איך ניט געטרונקען; איבער אַל א ַײער זינד װאָס איר האָט
געזינדיקט ,צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון גאָט ,אים צו
דערצערענען; 19װאָרום איך האָב זיך געשראָקן פֿאַר דעם כּעס און
דעם גרימצאָרן װאָס גאָט האָט אױף א ַײך געצערנט ,א ַײך צו
פֿאַרטיליקן .און גאָט האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר.
20אױך אױף אַהרֹנען איז גאָט זײער אױפֿגעבראַכט געװאָרן ,אים צו
פֿאַרטיליקן ,און איך האָב מתפּלל געװען אױך פֿאַר אַהרֹנען אין
יענער שעה 21 .און א ַײער זינד ,דאָס קאַלב װאָס איר האָט געמאַכט,
האָב איך גענומען ,און האָב עס פֿאַרברענט אין פֿ ַײער ,און האָב עס
צעשטױסן ,גוט צעמאָלן ,ביז װאַנען עס איז געװען דין װי שטױב;
און איך האָב אַר ַײנגעװאָרפֿן ז ַײן שטױב אין דעם באַך װאָס נידערט
אַראָפּ פֿון באַרג 22 – .אױך אין ַתּבֿ ֵע ָרה ,און אין ַמ ָסה ,און אין
ִקבֿרוֹתַ -ה ַתּ ֲאָוה ,האָט איר דערצערנט גאָט 23 .און אַז גאָט האָט א ַײך
געשיקט פֿון ָק ֵדש-ברֵנ ַע ,אַזױ צו זאָגן :גײט אַרױף און אַרבט דאָס
לאַנד װאָס איך האָב א ַײך געגעבן ,האָט איר װידערשפּעניקט דעם
מױל פֿון יהוה א ַײער גאָט ,און איר האָט אים ניט געגלױבט ,און ניט
צוגעהערט צו ז ַײן ָקול 24 .װידערשפּעניקער ז ַײט איר געװען אַקעגן
גאָט פֿון דעם טאָג װאָס איך קען א ַײך 25 – .אַזױ האָב איך מיך
אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר גאָט די פֿערציק טעג און די פֿערציק נעכט
װאָס איך האָב מיך אַנדיערגעװאָרפֿן ,װאָרום גאָט האָט גערעדט א ַײך
צו פֿאַרטיליקן 26 .און איך האָב מתפּלל געװען צו גאָט ,און האָב
געזאָגט :גאָט דו האַר ,זאָלסט ניט אומברענגען ד ַײן פֿאָלק און ד ַײן