Page 34 - Dvorim
P. 34

‫דברים‬

‫‪ 1‬קינדער ז ַײט איר צו יהוה א ַײער גאָט; איר זאָלט א ַײך ניט‬

‫א ַײנשנ ַײדן‪ ,‬און ניט מאַכן אַ פּליך צװישן א ַײערע אױגן‪ ,‬נאָך אַיד‬

‫טױטן‪ 2 .‬װאָרום אַ הײליק פֿאָלק ביסטו ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און דיך‬
‫האָט גאָט אױסדערװײלט אים צו ז ַײן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק‪ ,‬פֿון אַלע‬

                            ‫פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד‪.‬‬

‫‪ 3‬זאָלסט ניט עסן קײן אומװערדיקײט‪ 4 .‬דאָס ז ַײנען די בהמות װאָס‬
‫איר מעגט עסן‪ :‬אַן אָקס‪ ,‬אַ שעפּס‪ ,‬און אַ ציג‪ 5 ,‬אַ הינד‪ ,‬און אַ‬
‫הירש‪ ,‬און אַ דאַמהירש‪ ,‬און אַ שטײנבאָק‪ ,‬און אַ גאַזעל‪ ,‬און אַ‬
‫װילדציג‪ ,‬און אַ באַרגשעפּס‪ 6 .‬און איטלעכע בהמה װאָס איז‬
‫באַקלױט מיט קלױען‪ ,‬און זײ ז ַײנען ב ַײ איר צעשפּאָלטן אױף צװײ‬
‫קלױען‪ ,‬װאָס איז ַמ ֲע ֵלה‪ֵ-‬ג ֶרה צװישן בהמות‪ ,‬זי מעגט איר עסן‪.‬‬
‫‪ 7‬אָבער די דאָזיקע טאָרט איר ניט עסן פֿון די װאָס ז ַײנען ַמ ֲע ֵלה‪-‬‬
‫ֵג ֶרה‪ ,‬און פֿון די װאָס ז ַײנען באַקלױט מיט צעשפּאָלטענע קלױען‪:‬‬
‫דעם קעמל‪ ,‬און דעם האָז‪ ,‬און דעם קיניגל‪ ,‬װ ַײל ַמ ֲע ֵלה‪ֵ-‬ג ֶרה ז ַײנען‬
‫זײ‪ ,‬אָבער מיט קלױען ז ַײנען זײ ניט באַקלױט; זײ ז ַײנען אומרײן פֿאַר‬
‫א ַײך‪ 8 .‬און דעם חזיר‪ ,‬װ ַײל באַקלױט מיט קלױען איז ער‪ ,‬אָבער ניט‬
‫ַמ ֲע ֵלה‪ֵ-‬ג ֶרה; ער איז אומרײן פֿאַר א ַײך‪ .‬פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר‬

               ‫ניט עסן‪ ,‬און אָן זײער נבֿלה טאָרט איר זיך ניט אָנרירן‪.‬‬

‫‪ 9‬די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער‪ :‬אַלץ װאָס‬
‫האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן מעגט איר עסן; ‪ 10‬און אַלץ װאָס האָט‬
‫ניט פֿלוספֿעדערן און שופּן טאָרט איר ניט עסן; דאָס איז אומרײן‬

                                                              ‫פֿאַר א ַײך‪.‬‬

‫‪ 11‬יעטװעדער רײנעם ָעוף מעגט איר עסן‪ 12 .‬און דאָס ז ַײנען די‬
‫װאָס איר טאָרט פֿון זײ ניט עסן‪ :‬דער אָדלער‪ ,‬און דער ב ַײנברעכער‪,‬‬
‫און דער שװאַרצאָדלער; ‪ 13‬און די װײ‪ ,‬און דער פֿאַלקפֿױגל‪ ,‬און דער‬
‫האַביך לױט ז ַײנע מינים; ‪ 14‬און יעטװעדער ראָב לױט ז ַײנע מינים;‬
‫‪ 15‬און דער שטרױספֿױגל‪ ,‬און דער נאַכטשפּאַרבער‪ ,‬און דער ים‪-‬‬
‫פֿױגל‪ ,‬און דער שפּאַרבער לױט ז ַײנע מינים; ‪ 16‬די א ַײל‪ ,‬און די‬
‫שטאָקא ַײל‪ ,‬און דער אוהו; ‪ 17‬און דער פּעליקאַן‪ ,‬און דער ג ַײער‪ ,‬און‬
‫דער פֿישפֿרעסער; ‪ 18‬און דער שטאָרך‪ ,‬און דער בושל לױט ז ַײנע‬
‫מינים‪ ,‬און דער אױערהאָן‪ ,‬און די פֿלעדערמױז‪ 19 .‬און יעטװעדער‬
‫געפֿליגלטע װידמענונג איז אומרײן פֿאַר א ַײך; זײ טאָרן ניט געגעסן‬

                     ‫װערן‪ 20 .‬יעטװעדער רײנעם ָעוף מעגט איר עסן‪.‬‬
   29   30   31   32   33   34   35   36   37   38   39