Page 36 - Dvorim
P. 36
דברים
1צום ָסוף פֿון אַלע זיבן יאָר זאָלסטו מאַכן שמיטה 2 .און
דאָס איז דער דין פֿון שמיטה :יעטװעדער בעל-חוֹבֿ זאָלטו
אָפּלאָזן װאָס ער האָט געליען ז ַײן חבֿר; ער זאָל ניט מאָנען פֿון ז ַײן
חבֿר און ז ַײן ברודער ,װען מע האָט אױסגערופֿן שמיטה צו גאָט.
3פֿון דעם פֿרעמדן מעגסטו מאָנען ,אָבער פֿון װאָס דיר קומט ב ַײ
ד ַײן חבֿר זאָלסטו אָפּלאָזן ד ַײן האַנט 4 .פֿון דעסטװעגן װעט ניט ז ַײן
ב ַײ דיר אַן אבֿיון ,װאָרום בענטשן װעט דיך גאָט בענטשן אין דעם
לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה ,עס צו אַרבן; 5אױב
נאָר צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,צו היטן
צו טאָן אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר ה ַײנט 6 .װאָרום
יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך בענטשן אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט ,און
װעסט אַנטל ַײען צו פֿיל פֿעלקער ,און דו אַלײן װעסט ניט ל ַײען ,און
װעסט געװעלטיקן איבער פֿיל פֿעלקער ,און איבער דיר װעט מען
ניט געװעלטיקן.
7אַז ב ַײ דיר װעט ז ַײן אַן אביון ,אײנער פֿון ד ַײנע ברידער ,אין
אײנעם פֿון ד ַײנע טױערן ,אין ד ַײן לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר,
זאָלסטו ניט האַרט מאַכן ד ַײן האַרץ ,און ניט צודריקן ד ַײן האַנט פֿאַר
ד ַײן ברודער דעם אבֿיון 8 .נ ַײערט עפֿענען זאָלסטו אים עפֿענען ד ַײן
האַנט ,און אַנטל ַײען זאָלסטו אים אַנטל ַײען גענוג פֿאַר ז ַײן
באַדערפֿעניש װאָס ער באַדאַרף 9 .היט דיך ,עס זאָל ניט ז ַײן אין ד ַײן
האַרצן אַ בײזער געדאַנקען ,אַזױ צו זאָגן :דאָס זיבעטע יאָר ,דאָס
יאָר פֿון שמיטה ,דערנענטערט זיך; און ד ַײן אױג װעט ז ַײן שלעכט צו
ד ַײן ברודער דעם אביון ,און װעסט אים ניט געבן ,און ער װעט רופֿן
איבער דיר צו גאָט ,און אױף דיר װעט ז ַײן אַ זינד 10 .געבן זאָלסטו
אים געבן ,און ד ַײן האַרץ זאָל ניט פֿאַרדריסן װען דו גיסט אים,
װאָרום פֿון װעגן דער דאָזיקער זאַך װעט דיך יהוה ד ַײן גאָט בענטשן
אין אַלץ װאָס דו טוסט ,און אין אַלץ צו װאָס ד ַײן האַנט נעמט זיך.
11װאָרום עס װעט ניט אױסגײן אַן אביון פֿון לאַנד; דרום באַפֿעל
איך דיר ,אַזױ צו זאָגן :עפֿענען זאָלסטו עפֿענען ד ַײן האַנט צו ד ַײן
ברודער ,צו ד ַײן אָרעמאן און צו ד ַײן אביון אין ד ַײן לאַנד.
12אַז ד ַײן ברודער ,אַ י ִיד ,אָדער אַ י ִידישע פֿרױ ,װעט זיך פֿאַרקױפֿן
צו דיר ,זאָל ער דיר דינען זעקס יאָר ,און אױפֿן זיבעטן זאָלסטו אים
אַרױסלאָזן פֿר ַײ פֿון דיר 13 .און אַז דו לאָזט אים אַרױס פֿר ַײ פֿון דיר,
זאָלסטו אים ניט אַרױסלאָזן מיט לײדיקן; 14באַשענקען זאָלסטו