Page 40 - Dvorim
P. 40

‫דברים‬

‫אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן אין ישׂראל‪ 5 ,‬זאָלסטו אַרױספֿירן‬
‫יענעם מאַן אָדער יענע פֿרױ‪ ,‬װאָס האָבן געטאָן די דאָזיקע שלעכטע‬
‫זאַך‪ ,‬צו ד ַײנע טױערן – דעם מאַן אָדער די פֿרױ – און זאָלסט זײ‬
‫פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער‪ ,‬און זײ זאָלן שטאַרבן‪ 6 .‬לױט דעם מױל‬
‫פֿון צװײ עדות אָדער דר ַײ עדות זאָל געטײט װערן דער װאָס װערט‬
‫געטײט; ער זאָל ניט געטײט װערן לױט דעם מױל פֿון אײן עדות‪.‬‬
‫‪ 7‬די האַנט פֿון די עדות זאָל ז ַײן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן‪,‬‬
‫און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק; און זאָלסט אױסראַמען דאָס‬

                                                    ‫בײז פֿון צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 8‬אַז אַ זאַך װעט ז ַײן פֿאַרהױלן פֿון דיר אין אַ משפּט‪ ,‬צװישן בלוט‬
‫און בלוט‪ ,‬צװישן אַ טענה און אַ טענה‪ ,‬אָדער צװישן אַ שעדיקונג‬
‫און אַ שעדיקונג‪ ,‬אין שטר ַײטזאַכן אין ד ַײנע טױערן‪ ,‬זאָלסטו‬
‫אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן צו דעם אָרט װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט אים‬
‫אױסדערװײלן‪ 9 .‬און זאָלסט קומען צו די כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי‪ ,‬און‬
‫צו דעם ריכטער װאָס װעט ז ַײן אין יענע טעג‪ ,‬און זאָלסט פֿרעגן‪ ,‬און‬
‫זײ װעלן דיר זאָגן דאָס װאָרט פֿון דעם משפּט‪ 10 .‬און זאָלסט טאָן‬
‫לױט דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן פֿון יענעם אָרט װאָס גאָט‬
‫װעט אױסדערװײלן; און זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס זײ‬
‫װעלן דיך לערנען‪ 11 .‬לױט דער לערנונג װאָס זײ װעלן דיך לערנען‪,‬‬
‫און לױט דעם משפּט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן‪ ,‬זאָלסטו טאָן; זאָלסט‬
‫זיך ניט אָפּקערן פֿון דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן‪ ,‬רעכטס‬
‫אָדער לינקס‪ 12 .‬און דער מאַן װאָס װעט טאָן מיט מוטװיליקײט‪ ,‬ניט‬
‫צו געהאָרכן דעם כֹּהן װאָס שטײט צו דינען דאָרטן יהוה ד ַײן גאָט‪,‬‬
‫אָדער דעם ריכטער‪ ,‬יענער מאַן זאָל שטאַרבן; און זאָלסט‬
‫אױסראַמען דאָס בײז פֿון ישׂראל‪ 13 .‬און דאָס גאַנצע פֿאָלק װעט‬

        ‫הערן און װעט מוֹרא האָבן‪ ,‬און זײ װעלן מער ניט מוטװילקן‪.‬‬

‫‪ 14‬אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪,‬‬
‫און װעסט עס אַרבן‪ ,‬און װעסט זיך באַזעצן דרינען‪ ,‬און װעסט זאָגן‪:‬‬
‫איך װיל מאַכן אַ מלך איבער מיר‪ ,‬אַזױ װי אַלע פֿעלקער װאָס אַרום‬
‫מיר‪ 15 ,‬מאַכן זאָלסטו מאַכן אַ מלך איבער דיר דעם װאָס יהוה ד ַײן‬
‫גאָט װעט אים אױסדערװײלן; פֿון צװישן ד ַײנע ברידער זאָלסטו‬
‫מאַכן איבער דיר אַ מלך; טאָרסט ניט אױפֿזעצן איבער דיר אַ‬
‫פֿרעמדן מאַן‪ ,‬װאָס איז ניט ד ַײנער אַ ברודער‪ 16 .‬אָבער ער זאָל זיך‬
‫ניט מערן פֿערד‪ ,‬און ניט אומקערן דאָס פֿאָלק קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬כּדי צו‬
   35   36   37   38   39   40   41   42   43   44   45