Page 45 - Dvorim
P. 45
דברים
העלפֿן 5 .און די אױפֿזעער זאָלן רעדן צום פֿאָלק ,אַזױ צו זאָגן :איז
װער עמיצער דאָ װאָס האָט געבױט אַ נ ַײ הױז ,און האָט עס ניט
באַנ ַײט? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו ז ַײן הײם ,טאָמער
שטאַרבט ער אין מלחמה ,און אַן אַנדער מאַן װעט עס באַנ ַײען.
6אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט געפֿלאַנצט אַ װ ַײנגאָרטן,
און האָט אים ניט אָנגעהױבן? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו ז ַײן
הײם ,טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה ,און אַן אַנדער מאַן װעט עס
אָנהײבן 7 .אָדער איז װער עמיצער דאָ װאָס האָט פֿאַרקַנסט אַ װ ַײב,
און האָט זי ניט גענומען? זאָל ער גײן און זיך אומקערן צו ז ַײן הײם,
טאָמער שטאַרבט ער אין מלחמה ,און אַן אַנדער מאַן װעט זי נעמען.
8און די אױפֿזעער זאָלן װ ַײטער רעדן צום פֿאָלק ,און זאָגן :איז װער
עמיצער דאָ װאָס איז שרעקעדיק און װײכהאַרציק? זאָל ער גײן און
זיך אומקערן צו ז ַײן הײם ,כּדי דאָס האַרץ פֿון ז ַײנע ברידער זאָל ניט
צעגײן אַזױ װי ז ַײן האַרץ 9 .און עס װעט ז ַײן ,װי די אױפֿזעער ענדיקן
רעדן צום פֿאָלק ,אַזױ זאָלן זײ אױפֿזעצן חיל-פֿירער איבערן פֿאָלק.
10אַז דו װעסט גענענען צו אַ שטאָט ,צו האַלטן מלחמה אױף איר,
זאָלסטו איר צורופֿן שלום 11 .און עס װעט ז ַײן ,אױב זי װעט דיר
ענטפֿערן שלום ,און װעט דיר עפֿענען ,איז ,דאָס גאַנצע פֿאָלק ,װאָס
געפֿינט זיך אין איר ,זאָל דיר װערן צו צינז און דיר דינען 12 .אױב
אָבער זי װעט ניט א ַײנגײן אױף שלום מיט דיר ,און װעט מאַכן
מלחמה מיט דיר ,זאָלסטו לעגערן אױף איר; 13און אַז יהוה ד ַײן
גאָט װעט זי געבן אין ד ַײן האַנט ,זאָלסטו טײטן אַלע אירע
מאַנספּאַרשױנען מיטן שאַרף פֿון שװערד 14 .נאָר די װ ַײבער און די
קלײנע קינדער ,און די בהמות ,און אַלץ װאָס װעט ז ַײן אין דער
שטאָט ,איר גאַנצן רױב ,זאָלסטו רױבן פֿאַר דיר; און זאָלסט עסן
דעם רױב פֿון ד ַײנע פֿ ַײנט ,װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר געגעבן.
15אַזױ זאָלסטו טאָן צו אַלע שטעט װאָס ז ַײנען זײער װ ַײט פֿון דיר,
װאָס זײ ז ַײנען ניט פֿון די שטעט פֿון די היגע פֿעלקער 16 .אָבער פֿון
די שטעט פֿון די היגע אומות ,װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ
נחלה ,זאָלסטו ניט לאָזן לעבן קײן אָטעם 17 .נ ַײערט פֿאַרװיסטן
זאָלסטו זײ פֿאַרװיסטן :דעם ִחתּי ,און דעם ֶאמוֹרי ,דעם כַּנ ֲעני ,און
דעם פּ ִרזי ,דעם ִח ִוי ,און דעם יבֿוסי ,אַזױ װי יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר
באַפֿױלן; ְ 18כּדי זײ זאָלן א ַײך ניט לערנען צו טאָן אַזױ װי אַלע
זײערע אומװערדיקײטן װאָס זײ האָבן געטאָן צו זײערע געטער ,און
איר װעט זינדיקן צו יהוה א ַײער גאָט.