Page 49 - Dvorim
P. 49
דברים
אַװעקלאָזן די מוטער ,און די קינדער זאָלסטו נעמען צו דיר; כּדי דיר
זאָל גוט ז ַײן ,און זאָלסט ַמ ֲאריךָ-ימים ז ַײן.
8אַז דו װעסט בױען אַ נ ַײ הױז ,זאָלסטו מאַכן אַ געלענדער צו ד ַײן
דאַך ,כּדי זאָלסט ניט ברענגען בלוט אױף ד ַײן הױז ,אַז עמיצער װעט
אַראָפּפֿאַלן פֿון אים.
9זאָלסט ניט פֿאַרזײען ד ַײן װ ַײנגאָרטן געמישט ,כּדי עס זאָל ניט
הײליק װערן אי די ֶשפֿע פֿון דעם זאָמען װאָס דו װעסט זײען ,אי
דער א ַײנטראָג פֿון דעם װ ַײנגאָרטן.
10זאָלסט ניט אַקערן מיט אַן אָקס און אַן אײזל אין אײנעם.
11זאָלסט ניט אָנטאָן ַש ַעטֵנז ,װאָל מיט פֿלאַקס אין אײנעם.
12פֿרענדז זאָלסטו דיר מאַכן אױף די פֿיר עקן פֿון ד ַײן צודעק װאָס
דו דעקסט זיך דערמיט צו.
13אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װ ַײב ,און װעט קומען צו איר ,און װעט
זי פֿ ַײנט קריגן 14 ,און ער װעט מאַכן אױף איר אַ בלבול ,און
אַרױסלאָזן אױף איר אַ ֶשםַ -רע ,און זאָגן :איך האָב גענומען די
דאָזיקע װ ַײב ,און איך האָב צו איר גענענט ,און האָב ב ַײ איר ניט
געפֿונען קײן בתולים; 15זאָל דער פֿאָטער פֿון דער מײדל ,און איר
מוטער ,נעמען און אַרױסברענגען די בתולים פֿון דער מײדל צו די
עלטסטע פֿון שטאָט ,אין טױער 16 .און דער פֿאָטער פֿון דער מײדל
זאָל זאָגן צו די עלטסטע :איך האָב געגעבן מ ַײן טאָכטער צו דעם
דאָזיקן מאַן פֿאַר אַ װ ַײב ,און ער האָט זי פֿ ַײנט געקריגן; 17און אָט
מאַכט ער אַ בלבול ,אַזױ צו זאָגן :איך האָב ניט געפֿונען ב ַײ ד ַײן
טאָכטער קײן בתולים; און דאָס ז ַײנען די בתולים פֿון מ ַײן טאָכטער.
און זײ זאָלן פֿאַנאַנדערשפּרײטן די דעקע פֿאַר די עלטסטע פֿון
שטאָט 18 .און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן נעמען דעם
מאַן און אים שטראָפֿן 19 .און זײ זאָלן אים קַנסען הונדערט
זילבערשטיק ,און געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל; װ ַײל ער האָט
אַרױסגעלאָזן אַ ֶשםַ -רע אױף אַ יונגפֿרױ פֿון ישׂראל .און זי זאָל אים
בל ַײבן פֿאַר אַ װ ַײב; ער קען זי ניט אַװעקשיקן אַלע ז ַײנע טעג.