Page 52 - Dvorim
P. 52
דברים
ד ַײנע פֿ ַײנט צו דיר; דרום זאָל ד ַײן לאַגער ז ַײן הײליק ,כּדי ער זאָל
ניט זען ב ַײ דיר אַ מיאוסע זאַך ,און זיך אָפּקערן פֿון דיר.
16זאָלסט ניט איבערענטפֿערן אַ קנעכט צו ז ַײן האַר ,אַז ער װעט זיך
ראַטעװען צו דיר פֿון ז ַײן האַר 17 .ב ַײ דיר זאָל ער זיצן ,אין ד ַײן מיט,
אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן ,אין אײנעם פֿון ד ַײנע
טױערן ,װוּ אים איז בעסער; זאָלסט אים ניט קריװדען.
18עס זאָל ניט ז ַײן אַ שאַנדפֿרױ פֿון די טעכטער פֿון ישׂראל ,און עס
זאָל ניט ז ַײן אַ שאַנדיונג פֿון די זין פֿון ישׂראל.
19זאָלסט ניט ברענגען דעם לױן פֿון אַ זוֹנה ,און דאָס געצאָלט פֿון
אַ הונט ,אין דעם הױז פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,פֿאַר אַ שום נדר ,װאָרום
אַן אומװערדיקײט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט ז ַײנען זײ בײדע.
20זאָלסט ניט ל ַײען ד ַײן ברודער אױף צינזן; צינזן פֿון געלט ,צינזן
פֿון עסנװאַרג ,צינזן פֿון יעטװעדער זאַך װאָס טראָגט צינזן 21 .דעם
פֿרעמדן מעגסטו ל ַײען אױף צינזן ,אָבער ד ַײן ברודער טאָרסטו ניט
ל ַײען אױף צינזן; כּדי יהוה ד ַײן גאָט זאָל דיך בענטשן אין אַלץ צו
װאָס ד ַײן האַנט נעמט זיך ,אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין ,עס
צו אַרבן.
22אַז דו װעסט מנדר ז ַײן אַ נדר צו יהוה ד ַײן גאָט ,זאָלסטו זיך ניט
שפּעטיקן אים צו באַצאָלן; װאָרום מאָנען װעט אים מאָנען יהוה
ד ַײן גאָט פֿון דיר ,און אױף דיר װעט ז ַײן אַ זינד 23 .אױב אָבער דו
װעסט זיך פֿאַרמ ַײדן פֿון מנדר ז ַײן ,װעט אױף דיר ניט ז ַײן קײן זינד.
24װאָס גײט אַרױס פֿון ד ַײן מױל זאָלסטו אָפּהיטן ,און זאָלסט טאָן
אַזױ װי דו האָסט פֿר ַײװיליק מנדר געװען צו יהוה ד ַײן גאָט – װאָס
דו האָסט אַרױסגערעדט מיט ד ַײן מױל.
25אַז דו קומסט אין ד ַײן חבֿרס װ ַײנגאָרטן ,מעגסטו עסן װ ַײנטרױבן
צו זאַט װיפֿיל דו װילסט ,אָבער אין ד ַײן כּלי זאָלסטו ניט אַר ַײנטאָן.
26אַז דו קומסט אין ד ַײן חבֿרס תּבֿואה ,מעגסטו אָפּר ַײסן זאַנגען
מיט ד ַײן האַנט ,אָבער אַ שנ ַײדמעסער טאָרסטו ניט אױפֿהײבן אױף
ד ַײן חבֿרס תּבֿואה.