Page 51 - Dvorim
P. 51
דברים
1ק ַײנער זאָל ניט נעמען ז ַײן פֿאָטערס װ ַײב ,און ניט
אַנטפּלעקן ז ַײן פֿאָטערס צודעק.כג
2אַ צעדריקטער אָדער אַ פֿאַרשניטענער אין די שאַנדגלידער זאָל
ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט.
3אַ ממזר זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט; צו מאָל דער
צענטער ָדור פֿון אים זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט.
4אַן ַעמוֹני און אַ מוֹאָבֿי זאָל ניט קומען אין דער עדה פֿון גאָט; צו
מאָל דער צענטער ָדור זאָל ניט קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון גאָט,
ביז אײביק; 5דערפֿאַר װאָס זײ ז ַײנען א ַײך ניט אַקעגנגעקומען מיט
ברױט און מיט װאַסער אונטערװעגנס ,װען איר ז ַײט אַרױסגעגאַנגען
פֿון ִמצ ַר ִים ,און װאָס ער האָט געדונגען אױף דיר ִבל ָעם דעם זון פֿון
בעוֹרן פֿון פּתוֹר אין אַ ַרםַ-נה ַר ִים ,דיך צו שילטן; 6נאָר יהוה ד ַײן גאָט
האָט ניט געװאָלט צוהערן צו בל ָעמען ,און יהוה ד ַײן גאָט האָט דיר
פֿאַרקערט די קללה אין אַ ברכה; װ ַײל יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך ליב.
7זאָלסט ניט זוכן זײער פֿריד און זײער װױלז ַײן ,אַלע ד ַײנע טעג אױף
אײביק.
8זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן אַן אַדוֹמי ,װאָרום ער איז ד ַײן
ברודער; זאָלסט ניט פֿאַראומװערדיקן אַ ִמצרי ,װאָרום דו ביסט
געװען אַ פֿרעמדער אין ז ַײן לאַנד 9 .די קינדער װאָס װערן געבאָרן
פֿון זײ ,דער דריטער ָדור ,מעגן קומען פֿון זײ אין דער עדה פֿון גאָט.
10אַז דו װעסט אַרױסגײן אין לאַגער אַקעגן ד ַײנע פֿ ַײנט ,זאָלסטו
ז ַײן אָפּגעהיט פֿון איטלעכער שלעכטער זאַך 11 .אַז צװישן דיר װעט
ז ַײן אַ מאַן װאָס װעט ניט ז ַײן רײן ,דורך אַ נאַכטיקער סיבה ,זאָל ער
אַרױסגײן אױסן לאַגער; ער טאָר ניט אַר ַײנקומען אין לאַגער 12 .און
עס זאָל ז ַײן :אַקעגן אָװנט זאָל ער זיך באָדן אין װאַסער ,און װי די
זון גײט אונטער ,זאָל ער אַר ַײנקומען אין לאַגער.
13און אַן אָרט זאָלסטו האָבן אױסן לאַגער ,און אַהין זאָלסטו גײן
אַרױס 14 .און אַ פֿלעקל זאָלסטו האָבן ב ַײ ד ַײן װאַפֿן; און עס װעט
ז ַײן ,אַז דו זעצסט זיך דרױסן ,זאָלסטו דערמיט אױפֿגראָבן ,און זיך
אומקערן און פֿאַרדעקן ד ַײן קױט 15 .װאָרום יהוה ד ַײן גאָט גײט אום
אין מיטן פֿון ד ַײן לאַגער ,דיך צו באַשירעמען ,און איבערצוגעבן