Page 50 - Dvorim
P. 50

‫דברים‬

‫‪ 20‬אױב אָבער די דאָזיקע זאַך איז אמת‪ ,‬עס ז ַײנען ניט געפֿונען‬
‫געװאָרן קײן בתולים ב ַײ דער מײדל‪ 21 ,‬זאָל מען אַרױספֿירן די מײדל‬
‫צום א ַײנגאַנג פֿון איר פֿאָטערס הױז‪ ,‬און די מענטשן פֿון איר שטאָט‬
‫זאָלן זי פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער‪ ,‬און זי זאָל שטאַרבן; װ ַײל זי האָט‬
‫געטאָן אַ נבֿלה אין ישׂראל‪ ,‬מזנה צו ז ַײן אין איר פֿאָטערס הױז‪ .‬און‬

                         ‫זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 22‬אַז אַ מאַן װעט געפֿונען װערן ליגנדיק מיט אַ פֿרױ אַן ֵא ֶשת‪-‬איש‪,‬‬
‫זאָלן זײ בײדע שטאַרבן‪ ,‬אי דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט דער פֿרױ‪,‬‬

             ‫אי די פֿרױ‪ .‬און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון ישׂראל‪.‬‬

‫‪ 23‬אַז אַ מײדל אַ יונגפֿרױ װעט ז ַײן פֿאַרקַנסט צו אַ מאַן‪ ,‬און אַ מאַן‬
‫װעט זי טרעפֿן אין שטאָט‪ ,‬און װעט ליגן מיט איר‪ 24 ,‬זאָלט איר זײ‬
‫בײדן אַרױספֿירן צום טױער פֿון יענער שטאָט‪ ,‬און איר זאָלט זײ‬
‫פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער‪ ,‬און זײ זאָלן שטאַרבן; די מײדל דערפֿאַר‬
‫װאָס זי האָט ניט געשריען אין שטאָט‪ ,‬און דער מאַן‪ ,‬דערפֿאַר װאָס‬
‫ער האָט געפּ ַײניקט ז ַײן חבֿרס װ ַײב‪ .‬און זאָלסט אױסראַמען דאָס‬

                                                    ‫בײז פֿון צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 25‬אױב אָבער דער מאַן װעט טרעפֿן די פֿאַרקַנסטע מײדל אין פֿעלד‪,‬‬
‫און דער מאַן װעט זי אָנכאַפּן‪ ,‬און װעט ליגן מיט איר‪ ,‬זאָל בלױז‬
‫שטאַרבן דער מאַן װאָס איז מיט איר געװען; ‪ 26‬און דער מײדל‬
‫זאָלסטו קײן זאַך ניט טאָן; ניטאָ אױף דער מײדל קײן טױטזינד;‬
‫װאָרום אַזױ װי אַ מאַן שטײט אױף קעגן ז ַײן חבֿר‪ ,‬און דערהרגעט‬
‫אים אױף טױט‪ ,‬אַזױ איז די דאָזיקע זאַך‪ 27 .‬װאָרום אין פֿעלד האָט‬
‫ער זי געטראָפֿן; די פֿאַרקַנסטע מײדל האָט געשריען‪ ,‬און ניט געװען‬

                                                  ‫װער זאָל איר העלפֿן‪.‬‬

‫‪ 28‬אַז אַ מאַן װעט טרעפֿן אַ מײדל‪ ,‬אַ יונגפֿרױ װאָס איז ניט‬
‫פֿאַרקַנסט‪ ,‬און ער װעט זי אָנכאַפּן‪ ,‬און װעט ליגן מיט איר‪ ,‬און זײ‬
‫װעלן געפֿונען װערן‪ 29 ,‬זאָל דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט איר‪,‬‬
‫געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל פֿופֿציק זילבערשטיק‪ ,‬און זי זאָל‬
‫אים װערן פֿאַר אַ װ ַײב‪ ,‬דערפֿאַר װאָס ער האָט זי געפּ ַײניקט; ער קען‬

                                     ‫זי ניט אַװעקשיקן אַלע ז ַײנע טעג‪.‬‬
   45   46   47   48   49   50   51   52   53   54   55