Page 48 - Dvorim
P. 48

‫דברים‬

‫‪ 21‬און אַלע מענטשן פֿון ז ַײן שטאָט זאָלן אים פֿאַרװאַרפֿן מיט‬
‫שטײנער‪ ,‬און ער זאָל שטאַרבן‪ .‬און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון‬

     ‫צװישן דיר; און גאַנץ ישׂראל װעלן הערן‪ ,‬און װעלן מוֹרא האָבן‪.‬‬

‫‪ 22‬און אַז אױף אַ מאַן װעט ז ַײן אַ זינד פֿון טױטשטראָף‪ ,‬און ער װעט‬
‫געטײט װערן‪ ,‬און װעסט אים אױפֿהענגען אױף אַ בױם‪ 23 ,‬זאָלסטו‬
‫ניט לאָזן איבערנעכטיקן ז ַײן טױטן ל ַײב אױפֿן בױם; נאָר באַגראָבן‬
‫זאָלסטו אים באַגראָבן אין דעם אײגענעם טאָג; װאָרום אַ שענדונג‬
‫פֿון גאָט איז אַ געהאַנגענער; און זאָלסט ניט פֿאַראומרײניקן ד ַײן‬

                     ‫לאַנד‪ ,‬װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה‪.‬‬

‫‪ 1‬זאָלסט ניט זען ד ַײן ברודערס אָקס אָדער ז ַײן שעפּס‬

‫פֿאַרבלאָנדזשעטע‪ ,‬און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אומקערןכב‬

‫זאָלסטו זײ אומקערן צו ד ַײן ברודער‪ 2 .‬און אױב ד ַײן ברודער איז‬
‫ניט נאָנט פֿון דיר‪ ,‬אָדער דו קענסט אים ניט‪ ,‬זאָלסטו עס‬
‫אַר ַײננעמען אין ד ַײן הױז‪ ,‬און עס זאָל ז ַײן ב ַײ דיר‪ ,‬ביז ד ַײן ברודער‬
‫פֿרעגט זיך נאָך אױף דעם‪ ,‬און װעסט עס אים אומקערן‪ 3 .‬און אַזױ‬
‫זאָלסטו טאָן מיט ז ַײן אײזל‪ ,‬און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט ז ַײן קלײד‪,‬‬
‫און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט אַלעם פֿאַרלאָרענעם פֿון ד ַײן ברודער‪,‬‬
‫װאָס װעט פֿאַרלאָרן װערן ב ַײ אים‪ ,‬און דו װעסט עס געפֿינען;‬

                                             ‫טאָרסט זיך ניט פֿאַרהױלן‪.‬‬

‫‪ 4‬זאָלט ניט זען ד ַײן ברודערס אײזל אָדער ז ַײן אָקס געפֿאַלן אין װעג‪,‬‬
‫און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אױפֿשטעלן זאָלסטו זײ אױפֿשטעלן אין‬

                                                      ‫אײנעם מיט אים‪.‬‬

‫‪ 5‬אױף אַ פֿרױ זאָל ניט ז ַײן אַ בגד פֿון אַ מאַנספּאַרשױן‪ ,‬און אַ‬
‫מאַנספּאַרשױן זאָל ניט אָנטאָן אַ קלײד פֿון אַ פֿרױ; װאָרום אַן‬

    ‫אומװערדיקײט ב ַײ יהוה ד ַײן גאָט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס‪.‬‬

‫‪ 6‬אַז פֿאַר דיר װעט זיך טרעפֿן אין װעג אַ נעסט פֿון אַ פֿױגל אױף‬
‫ערגעץ אַ בױם‪ ,‬אָדער אױף דער ערד‪ ,‬מיט פֿײגעלעך אָדער א ַײער‪ ,‬און‬
‫די מוטער זיצט אױף די פֿײגעלעך אָדער אױף די א ַײער‪ ,‬זאָלסטו ניט‬
‫נעמען די מוטער אין אײנעם מיט די קינדער‪ 7 .‬אַװעקלאָזן זאָלסטו‬
   43   44   45   46   47   48   49   50   51   52   53