Page 46 - Dvorim
P. 46
דברים
19אַז דו װעסט לעגערן אױף אַ שטאָט פֿיל טעג צו האַלטן מלחמה
אױף איר ,כּדי זי א ַײנצונעמען ,זאָלסטו ניט צעשטערן אירע בײמער
דורך אױפֿהײבן דערױף אַ האַק; װ ַײל עסן פֿון זײ מעגסטו ,אָבער זײ
אָפּהאַקן טאָרסטו ניט; װאָרום איז דער בױם פֿון פֿעלד אַ מענטש ,צו
ז ַײן אין באַלעגערונג פֿון דיר? 20בלױז אַ בױם װאָס דו װײסט ,אַז ער
איז ניט אַ בױם צו עסן ,אים מעגסטו צעשטערן און אָפּהאַקן ,און
בױען באַלאַגערװערק אַרום דער שטאָט װאָס האַלט מיט דיר
מלחמה ,ביז איר נידערונג.
1אַז אַ געהרגעטער װעט געפֿונען װערן ליגנדיק אין פֿעלד,
אין דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר עס צו אַרבן ,אוןכא
עס איז ניט באַװוּסט װער עס האָט אים דערשלאָגן 2 ,זאָלן אַרױסגײן
ד ַײנע עלטסטע און ד ַײנע ריכטער ,און זײ זאָלן אָפּמעסטן ביז די
שטעט װאָס אַרום דעם געהרגעטן 3 .און עס זאָל ז ַײן :די שטאָט
װאָס איז די נענטסטע צום געהרגעטן ,זאָלן די עלטסטע פֿון יענער
שטאָט נעמען אַ יונגע קו ,װאָס מיט איר איז נאָך ניט געאַרבעט
געװאָרן ,װאָס האָט נאָך ניט געצױגן אַ יאָך 4 .און די עלטסטע פֿון
יענער שטאָט זאָלן אַראָפּנידערן די יונגע קו צו אַ האַרטן טאָל ,װאָס
װערט ניט באַאַרבעט און ניט באַזײט; און זײ זאָלן אָפּהאַקן דער
יונגער קו דאָס געניק דאָרטן אין טאָל 5 .און די כֹּהנים ,די קינדער
פֿון ֵל ִוי ,זאָלן גענענען; װאָרום זײ האָט יהוה ד ַײן גאָט אױסדערװײלט
אים צו טאָן דינסט ,און צו בענטשן אין נאָמען פֿון גאָט ,און לױט
זײער מױל זאָל ז ַײן ב ַײ יעטװעדער שטר ַײט און יעטװעדער
שעדיקונג 6 .און אַלע עלטסטע פֿון יענער שטאָט ,די נענטסטע צום
געהרגעטן ,זאָלן װאַשן זײערע הענט איבער דער יונגער קו װאָס מע
האָט איר אָפּגעהאַקט דאָס געניק אין טאָל 7 .און זײ זאָלן אױסרופֿן
און זאָגן :אונדזערע הענט האָבן ניט פֿאַרגאָסן דאָס דאָזיקע בלוט,
און אונדזערע אױגן האָבן ניט געזען 8 .פֿאַרגיב ד ַײן פֿאָלק ישׂראל,
װאָס דו ,גאָט ,האָסט אױסגעלײזט ,און לאָז ניט אומשולדיק
פֿאַרגאָסן בלוט צװישן ד ַײן פֿאָלק ישׂראל ,און זײ זאָל פֿאַרגעבן װערן
דאָס בלוט 9 .אַזױ זאָלסטו אױסראַמען אומשולדיק ]פֿאַרגאָסן[ בלוט
פֿון צװישן דיר ,אױב דו װילסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די
אױגן פֿון גאָט.