Page 41 - Dvorim
P. 41
דברים
מערן פֿערד; װאָס גאָט האָט א ַײך אָנגעזאָגט :איר זאָלט זיך מער ניט
אומקערן אױף דעם דאָזיקן װעג 17 .און ער זאָל זיך ניט מערן
װ ַײבער כּדי ז ַײן האַרץ זאָל זיך ניט אָפּקערן; אױך זילבער און גאָלד
זאָל ער זיך ניט מערן אַ סך 18 .און עס װעט ז ַײן ,אַז ער זעצט זיך
אױף דעם טראָן פֿון ז ַײן מלוכה ,זאָל ער זיך אױפֿשר ַײבן אַן
איבערחזרונג פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה אױף אַ בוך ,פֿון דער װאָס פֿאַר
די כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי 19 .און דאָס זאָל ז ַײן ב ַײ אים ,און ער זאָל
לײענען דערין אַלע טעג פֿון ז ַײן לעבן ,כּדי ער זאָל לערנען מוֹרא צו
האָבן פֿאַר יהוה ז ַײן גאָט ,צו היטן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער
תּוֹרה ,און די דאָזיקע געזעצן ,זײ צו טאָן; 20אַז ז ַײן האַרץ זאָל זיך
ניט דערהײבן איבער ז ַײנע ברידער ,און ער זאָל זיך ניט אָפּקערן פֿון
די געבאָט רעכטס אָדער לינקס ,כּדי ער זאָל ַמ ֲאריךָ-ימים ז ַײן אױף
ז ַײן מלוכה ,ער און ז ַײנע קינדער ,צװישן ישׂראל.
1די כֹּהנים פֿון ֵל ִוי ,דער גאַנצער שבֿט ֵל ִוי ,זאָלן ניט האָבן
קײן חלק און קײן נחלה אין ישׂראל; די פֿ ַײעראָפּפֿער פֿון גאָטיח
און ז ַײן נחלה זאָלן זײ עסן 2 .און זײ זאָלן ניט האָבן קײן נחלה
צװישן זײערע ברידער; גאָט איז זײער נחלה ,אַזױ װי ער האָט צו זײ
גערעדט.
3און דאָס זאָל ז ַײן דאָס רעכט פֿון די כֹּהנים ,פֿון דעם פֿאָלק ,פֿון די
װאָס שלאַכטן אַ שלאַכטאָפּפֿער; ס ַײ אַן אָקס ,ס ַײ אַ שעפּס ,זאָל מען
געבן דעם כֹּהן די שולטער ,און די קינבאַקן ,און דעם מאָגן 4 .דאָס
ערשטע פֿון ד ַײן תּבֿואה ,פֿון ד ַײן װ ַײן ,און פֿון ד ַײן אײל ,און דאָס
ערשטע פֿון דער שערונג פֿון ד ַײנע שאָף ,זאָלסטו אים געבן.
5װאָרום אים האָט יהוה ד ַײן גאָט אױסדערװײלט פֿון אַלע ד ַײנע
שבֿטים ,צו שטײן צו דינען אין נאָמען פֿון גאָט ,ער און ז ַײנע קינדער
אַלע טעג.
6און אַז אַ ֵל ִוי װיל קומען פֿון אײנעם פֿון ד ַײנע טױערן פֿון גאַנץ
ישׂראל ,װאָס ער װוינט דאָרטן ,זאָל ער קומען װיפֿיל ז ַײן האַרץ
געלוסט ,צו דעם אָרט װאָס גאָט װעט אױסדערװײלן 7 .און ער זאָל
דינען אין נאָמען פֿון יהוה ז ַײן גאָט אַזױ װי אַלע ז ַײנע ברידער די