Page 44 - Dvorim
P. 44

‫דברים‬

‫דערבאַרימען אױף אים‪ ,‬און זאָלסט אױסראַמען אומשולדיק‬
                   ‫]פֿאַרגאָסן[ בלוט פֿון ישׂראל‪ ,‬כּדי דיר זאָל גוט ז ַײן‪.‬‬

‫‪ 14‬זאָלסט ניט פֿאַררוקן דעם גרענעץ פֿון ד ַײן חבֿר‪ ,‬װאָס די‬
‫פֿריערדיקע האָבן אָפּגעגרענעצט‪ ,‬אין ד ַײן נחלה װאָס דו װעסט‬

    ‫ירשען‪ ,‬אין דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪ ,‬עס צו אַרבן‪.‬‬

‫‪ 15‬עס זאָל ניט אױפֿשטײן אײן עדות קעגן אַ מאַן װעגן אַ שום‬
‫פֿאַרברעך אָדער אַ שום פֿאַרזינדיקונג – אין אַ שום זינד װאָס ער‬
‫האָט געזינדיקט; דורך דעם מױל פֿון צװײ עדות‪ ,‬אָדער דורך דעם‬
‫מױל פֿון דר ַײ עדות‪ ,‬זאָל אַ זאַך באַשטײן‪ 16 .‬אַז עס װעט אױפֿשטײן‬
‫אַן אומגערעכטער עדות אַקעגן אַ מאַן‪ ,‬צו זאָגן אױף אים‬
‫פֿאַרקערטע עדות‪ 17 ,‬זאָלן די צװײ מענטשן װאָס האָבן דעם‬
‫שטר ַײט‪ ,‬זיך שטעלן פֿאַר גאָט‪ ,‬פֿאַר די כֹּהנים און די ריכטער װאָס‬
‫װעלן ז ַײן אין יענע טעג‪ 18 .‬און אױב די ריכטער װעלן גוט‬
‫אױספֿאָרשן‪ ,‬ערשט דער עדות איז אַ פֿאַלשער עדות‪ ,‬ליגן האָט ער‬
‫געזאָגט אױף ז ַײן ברודער‪ 19 ,‬זאָלט איר טאָן צו אים‪ ,‬אַזױ װי ער‬
‫האָט געטראַכט צו טאָן צו ז ַײן ברודער; און זאָלסט אױסראַמען דאָס‬
‫בײז פֿון צװישן דיר‪ 20 .‬און די איבעריקע װעלן הערן און װעלן מוֹרא‬
‫האָבן‪ ,‬און װעלן מער ניט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך‬
‫צװישן דיר‪ 21 .‬און ד ַײן אױג זאָל זיך ניט דערבאַרימען‪ :‬אַ נפֿש פֿאַר‬
‫אַ נפֿש‪ ,‬אַן אױג פֿאַר אַן אױג‪ ,‬אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן‪ ,‬אַ האַנט פֿאַר אַ‬

                                             ‫האַנט‪ ,‬אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס‪.‬‬

‫‪ 1‬אַז דו װעסט אַרױסגײן אױף מלחמה אַקעגן ד ַײן פֿ ַײנט‪ ,‬און‬

‫װעסט זען פֿערד און ר ַײטװעגן‪ ,‬פֿאָלק מער פֿון דיר‪ ,‬זאָלסטו ניטכ‬

‫מוֹרא האָבן פֿאַר זײ‪ ,‬װאָרום יהוה ד ַײן גאָט איז מיט דיר‪ ,‬דער װאָס‬
‫האָט דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים‪ 2 .‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬װי איר‬
‫דערנענטערט זיך צו דער מלחמה‪ ,‬אַזױ זאָל גענענען דער כֹּהן‪ ,‬און‬
‫זאָל רעדן צום פֿאָלק‪ 3 ,‬און זאָגן צו זײ‪ :‬הער‪ ,‬ישׂראל‪ ,‬איר גענענט‬
‫ה ַײנט אױף מלחמה אַקעגן א ַײערע פֿ ַײנט‪ ,‬זאָל ניט שלאַף װערן‬
‫א ַײערע האַרץ; איר זאָלט ניט מוֹרא האָבן און ניט א ַײלן און זיך ניט‬
‫שרעקן פֿאַר זײ; ‪ 4‬װאָרום יהוה א ַײער גאָט איז דער װאָס גײט מיט‬
‫א ַײך‪ ,‬מלחמה צו האַלטן פֿאַר א ַײך אַקעגן א ַײערע פֿ ַײנט‪ ,‬א ַײך צו‬
   39   40   41   42   43   44   45   46   47   48   49