Page 47 - Dvorim
P. 47
דברים
ִכּי ֵת ֵצא
10אַז דו װעסט אַרױסגײן אין מלחמה אַקעגן ד ַײנע פֿ ַײנט ,און יהוה
ד ַײן גאָט װעט זײ געבן אין ד ַײן האַנט ,און װעסט פֿאַנגען פֿון זײ
געפֿאַנגענע 11 ,און װעסט זען צװישן די געפֿאַנגענע אַ פֿרױ שײן אין
געשטאַלט ,און װעסט זי גלוסטן ,און װעסט זי דיר װעלן נעמען פֿאַר
אַ װ ַײב 12 ,זאָלסטו זי ברענגען אין ד ַײן הױז ,און זי זאָל אָפּגאָלן איר
קאָפּ ,און אָפּשנ ַײדן אירע נעגל; 13און זי זאָל אױסטאָן פֿון זיך די
קלײדונג פֿון איר געפֿאַנגענשאַפֿט ,און זיצן אין ד ַײן הױז ,און
באַװײנען איר פֿאָטער און איר מוטער אַ חוֹדש צ ַײט ,און דערנאָך
זאָלסטו קומען צו איר ,און זי באַמאַנען ,און זי זאָל דיר װערן פֿאַר אַ
װ ַײב 14 .און עס װעט ז ַײן ,אױב זי װעט דיר ניט געפֿעלן ,זאָלסטו זי
לאָזן גײן װוּהין זי װיל ,אָבער פֿאַרקױפֿן פֿאַר געלט זאָלסטו זי ניט
פֿאַרקױפֿן; טאָרסט ניט באַלעבאַטעװען איבער איר; דערפֿאַר װאָס דו
האָסט זי געפּ ַײניקט.
15אַז אַ מאַן װעט האָבן צװײ װ ַײבער ,אײנע אַ באַליבטע און אײנע
אַ פֿאַרהאַסטע ,און זײ װעלן אים געבערן זין ,אי די באַליבטע אי די
פֿאַרהאַסטע ,און דער זון דער ב ָכור װעט ז ַײן פֿון דער פֿאַרהאַסטער,
16איז ,אין דעם טאָג װאָס ער גיט ירושה ז ַײנע זין דאָס װאָס ער
האָט קען ער ניט מאַכן פֿאַר דעם ב ָכור דעם זון פֿון דער באַליבטער
איבער דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער ,װאָס איז דער ב ָכור.
17נ ַײערט דעם ב ָכור דעם זון פֿון דער פֿאַרהאַסטער מוז ער
אָנדערקענען ,אים צו געבן צװײ חלקים פֿון אַלץ װאָס ער פֿאַרמאָגט;
װאָרום ער איז דער ערשטלינג פֿון ז ַײן קראַפֿט ,צו אים געהערט דאָס
רעכט פֿון דער בכוֹרה.
18אַז אַ מאַן װעט האָבן אַ זון אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער,
װאָס הערט ניט צו דעם ָקול פֿון ז ַײן פֿאָטער ,און צו דעם ָקול פֿון
ז ַײן מוטער ,און זײ װעלן אים שטראָפֿן ,און ער װעט ניט צוהערן צו
זײ 19 ,זאָל ז ַײן פֿאָטער און ז ַײן מוטער אים אָננעמען ,און אים
אַרױספֿירן צו די עלטסטע פֿון ז ַײן שטאָט ,און צו דעם טױער פֿון ז ַײן
אָרט 20 .און זײ זאָלן זאָגן צו די עלטסטע פֿון ז ַײן שטאָט :דער
דאָזיקער זון אונדזערער איז אַן אָפּקערער און אַ װידערשפּעניקער,
ער הערט ניט צו אונדזער ָקול; ער איז אַ פֿרעסער און אַ זױפֿער.