Page 43 - Dvorim
P. 43
דברים
1אַז יהוה ד ַײן גאָט װעט פֿאַרשנ ַײדן די פֿעלקער װאָס יהוה
ד ַײן גאָט גיט דיר זײער לאַנד ,און װעסט זײ ירשען ,און זיךיט
באַזעצן אין זײערע שטעט ,און אין זײערע ה ַײזער 2 ,זאָלסטו דיר
אָפּשײדן דר ַײ שטעט אין מיטן פֿון ד ַײן לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט
דיר ,עס צו אַרבן 3 .זאָלסט דיר אָפּמאַרקירן דעם װעג ,און א ַײנטײלן
אין דרײען דאָס געמאַרק פֿון ד ַײן לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך
מאַכן אַרבן ,און עס זאָל ז ַײן אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן
טױטשלעגער 4 .און דאָס איז דער פֿאַל פֿון דעם טױטשלעגער װאָס
קען אַהין אַנטלױפֿן און בל ַײבן לעבן :דער װאָס װעט דערשלאָגן ז ַײן
חבֿר אָן אַ כּיװן ,און ער איז אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-
אײערנעכטן; 5װי אַז אײנער װעט קומען מיט ז ַײן חבֿר אין װאַלד
האַקן בײמער ,און ז ַײן האַנט װעט זיך פֿאַרמעסטן מיט דער האַק
אָפּצוהאַקן דעם בױם ,און דער א ַײזן װעט אָפּשפּרינגען פֿון שטיל,
און װעט טרעפֿן ז ַײן חבֿר ,און ער װעט שטאַרבן; ער זאָל אַנטלױפֿן
אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט ,און בל ַײבן לעבן; 6כּדי דער
בלוטמאָנער זאָל ניט נאָכיאָגן דעם טױטשלעגער װען ז ַײן האַרץ איז
הײס ,און אים כאַפּן ,װ ַײל דער װעג איז אַ װ ַײטער ,און אים
דערשלאָגן צום טױט ,װען אים קומט ניט טױטשטראָף ,װ ַײל ער איז
אים ניט געװען אַ שׂוֹנא פֿון נעכטן-אײערנעכטן 7 .דרום באַפֿעל איך
דיר ,אַזױ צו זאָגן :דר ַײ שטעט זאָלסטו דיר אָפּשײדן 8 .און אױב
יהוה ד ַײן גאָט װעט דערברײטערן ד ַײן געמאַרק ,אַזױ װי ער האָט
געשװאָרן ד ַײנע עלטערן ,און װעט דיר געבן דאָס גאַנצע לאַנד װאָס
ער האָט צוגעזאָגט ד ַײנע עלטערן צו געבן – 9אַז דו װעסט היטן
אַלדאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר ה ַײנט עס צו טאָן ,ליב
צו האָבן יהוה ד ַײן גאָט ,און צו גײן אין ז ַײנע װעגן אַלע טעג –
זאָלסטו דיר צולײגן נאָך דר ַײ שטעט צו די דאָזיקע דר ַײ; 10כּדי עס
זאָל ניט פֿאַרגאָסן װערן אומשולדיק בלוט אין ד ַײן לאַנד װאָס יהוה
ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה ,און עס זאָל ניט ז ַײן אױף דיר קײן
בלוט.
11אָבער אַז אַ מאַן װעט ז ַײן אַ שׂוֹנא ז ַײן חבֿר ,און ער װעט לױערן
אױף אים ,און װעט אױפֿשטײן אױף אים ,און װעט אים שלאָגן צום
טױט ,און ער װעט שטאַרבן; און ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון
די דאָזיקע שטעט 12 ,זאָלן שיקן די עלטסטע פֿון ז ַײן שטאָט ,און
אים נעמען פֿון דאָרטן ,און אים איבערגעבן אין האַנט פֿון דעם
בלוטמאָנער ,און ער זאָל שטאַרבן 13 .ד ַײן אױג זאָל זיך ניט