Page 53 - Dvorim
P. 53
דברים
1אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װ ַײב און זי באַמאַנען ,איז ,אױב זי
װעט געפֿינען אַן אומחן אין ז ַײנע אױגן ,װ ַײל ער האָטכד
אױסגעפֿונען אין איר אַ מיאוסע זאַך ,און ער װעט איר שר ַײבן אַ גט,
און געבן אין איר האַנט ,און װעט זי אַװעקשיקן פֿון ז ַײן הױז 2 ,און
זי װעט אַװעק פֿון ז ַײן הױז ,און גײן און װערן אַן אַנדער מאַנס 3 ,און
דער לעצטער מאַן װעט זי פֿ ַײנט קריגן ,און װעט איר שר ַײבן אַ גט,
און געבן אין איר האַנט ,און װעט זי אַװעקשיקן פֿון ז ַײן הױז ,אָדער
דער לעצטער מאַן װאָס האָט זי גענומען פֿאַר אַ װ ַײב צו אים,
װעט שטאַרבן 4 ,טאָר ניט איר ערשטער מאַן ,װאָס האָט זי
אַװעקגעשיקט ,זי צוריקנעמען צו װערן פֿאַר אַ װ ַײב צו אים,
נאָכדעם אַז זי איז פֿאַראומרײניקט געװאָרן; װאָרום אַן
אומװערדיקײט איז דאָס פֿאַר גאָט; און זאָלסט ניט זינדיק מאַכן
דאָס לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה.
5אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ נ ַײע װ ַײב ,זאָל ער ניט אַרױסגײן אין חיל,
און אױף אים זאָל ניט אַרױפֿגעלײגט װערן קײן זאַך; פֿר ַײ זאָל ער ז ַײן
פֿאַר ז ַײן הײם אײן יאָר ,און דערפֿרײען ז ַײן װ ַײב װאָס ער האָט
גענומען.
6מע זאָל ניט נעמען אין משכּון אַ האַנטמיל אָדער אַן אױבערשטן
מילשטײן; װאָרום אַ נפֿש נעמט מען אין משכּון.
7אַז עמיצער װעט געפֿונען װערן גנבֿענדיק אַ נפֿש פֿון ז ַײנע ברידער,
פֿון די קינדער פֿון ישׂראל ,און ער װעט באַלעבאַטעװען איבער אים,
און װעט אים פֿאַרקױפֿן ,זאָל שטאַרבן יענער גנבֿ .און זאָלסט
אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
8ז ַײ אָפּגעהיט מיט דער פּלאָג פֿון צרעת ,צו היטן זײער און צו טאָן
אַזױ װי אַלץ װאָס די כֹּהנים פֿון שבֿט ֵל ִוי װעלן א ַײך לערנען; אַזױ װי
איך האָב זײ באַפֿױלן ,זאָלט איר היטן צו טאָן 9 .געדענקט װאָס יהוה
ד ַײן גאָט האָט געטאָן צו מרימען אונטערװעגנס ,װען איר ז ַײט
אַרױסגעגאַנגען פֿון ִמצ ַר ִים.
10אַז דו װעסט אַנטל ַײען ד ַײן חבֿר װאָסער עס איז הלװאה ,זאָלסטו
ניט אַר ַײנגײן צו אים אין הױז צו נעמען ז ַײן משכּון 11 .דרױסן
זאָלסטו שטײן ,און דער מאַן װאָס דו אַנטל ַײסט אים ,זאָל דיר
אַרױסטראָגן דעם משכּון דרױסן 12 .און אױב ער איז אַן אָרעמאן,