Page 57 - Dvorim
P. 57

‫דברים‬

‫קײן ִמצ ַר ִים‪ ,‬און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן מיט אַ ה ַײפֿל‬
‫מענטשן‪ ,‬און ער איז דאָרטן געװאָרן אַ פֿאָלק‪ ,‬גרױס‪ ,‬מאַכטיק‪ ,‬און‬
‫פֿיל‪ 6 .‬און די ִמצרים האָבן אונדז שלעכטס געטאָן‪ ,‬און האָבן אונדז‬
‫געפּ ַײניקט‪ ,‬און אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז שװערע אַרבעט‪ 7 .‬און מיר‬
‫האָבן געשריען צו יהוה דעם גאָט פֿון אונדזערע עלטערן‪ ,‬און גאָט‬
‫האָט צוגעהערט אונדזער ָקול‪ ,‬און געזען אונדזער פּ ַײן‪ ,‬און אונדזער‬
‫מאַטערניש‪ ,‬און אונדזער געדריקטקײט‪ 8 .‬און גאָט האָט אונדז‬
‫אַרױסגעצױגן פֿון ִמצ ַר ִים מיט אַ שטאַרקער האַנט‪ ,‬און מיט אַן‬
‫אױסגעשטרעקטן אָרעם‪ ,‬און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט‪ ,‬און מיט‬
‫צײכנס און מיט װוּנדער‪ 9 .‬און ער האָט אונדז געבראַכט צו דעם‬
‫דאָזיקן אָרט‪ ,‬און אונדז געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד‪ ,‬אַ לאַנד װאָס‬
‫פֿליסט מיט מילך און האָניק‪ 10 .‬און אַצונד זע‪ ,‬איך האָב געבראַכט‬
‫דאָס ערשטע פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד װאָס דו‪ ,‬גאָט האָסט מיר‬
‫געגעבן‪ .‬און זאָלסט עס אַװעקלײגן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און זיך בוקן‬
‫פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪ 11 .‬און זאָלסט זיך פֿרײען מיט אַלעם גוטן װאָס‬
‫יהוה ד ַײן גאָט האָט געגעבן דיר און ד ַײן הױזגעזינט – דו‪ ,‬און דער‬

                              ‫ֵל ִוי‪ ,‬און דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר‪.‬‬

‫‪ 12‬אַז דו װעסט ענדיקן מעשׂרן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון ד ַײן תּבֿואה‬
‫אין דעם דריטן יאָר‪ ,‬דעם יאָר פֿון מעשׂר‪ ,‬זאָלסטו עס געבן דעם ֵל ִוי‪,‬‬
‫דעם פֿרעמדן‪ ,‬דעם יתום‪ ,‬און דער אַלמנה‪ ,‬כּדי זײ זאָלן עסן אין‬
‫ד ַײנע טױערן‪ ,‬און זאַט ז ַײן‪ 13 .‬און זאָלסט זאָגן פֿאַר יהוה ד ַײן גאָט‪:‬‬
‫איך האָב אַרױסגעראַמט דאָס הײליקע פֿון הױז‪ ,‬און האָב עס אױך‬
‫אַװעקגעגעבן דעם ֵל ִוי‪ ,‬און דעם פֿרעמדן‪ ,‬דעם יתום‪ ,‬און דער‬
‫אַלמנה‪ ,‬אַזױ װי אַל ד ַײן געבאָט װאָס דו האָסט מיר געבאָטן; איך בין‬
‫ניט אַװעקגעגאַנגען פֿון ד ַײנע געבאָט‪ ,‬און האָב ניט פֿאַרגעסן‪ 14 .‬איך‬
‫האָב ניט געגעסן אין מ ַײן אַבֿלות דערפֿון‪ ,‬און איך האָב ניט‬
‫אַרױסגעטראָגן דערפֿון אומרײנערהײט‪ ,‬און ניט געגעבן דערפֿון פֿאַר‬
‫אַ טױטן; איך האָב צוגעהערט צו דעם ָקול פֿון יהוה מ ַײן גאָט; איך‬
‫האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן‪ 15 .‬לוג פֿון‬
‫ד ַײן הײליקער װוינונג‪ ,‬פֿון הימל‪ ,‬און בענטש ד ַײן פֿאָלק ישׂראל‪ ,‬און‬
‫די ערד װאָס דו האָסט אונדז געגעבן‪ ,‬אַזױ װי דו האָסט געשװאָרן‬

     ‫אונדזערע עלטערן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק‪.‬‬

‫‪ 16‬ה ַײנטיקן טאָג באַפֿעלט דיר יהוה ד ַײן גאָט צו טאָן די דאָזיקע‬
‫חוקים און די געזעצן; און זאָלסט זײ אָפּהיטן און טאָן מיט ד ַײן‬
   52   53   54   55   56   57   58   59   60   61   62