Page 59 - Dvorim
P. 59
דברים
צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,און טאָן ז ַײנע געבאָט און
ז ַײנע געזעצן װאָס איך געביט דיר ה ַײנט.
11און משה האָט באַפֿױלן דעם פֿאָלק אין יענעם טאָג ,אַזױ צו זאָגן:
12די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג ג ִרזים צו בענטשן דאָס פֿאָלק,
װען איר גײט אַריבער דעם ַירדן :שמעון ,און ֵל ִוי ,און יהודה ,און
ִישׂ ָשׂ ָכר ,און יוֹסף ,און בנימין 13 .און די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן
באַרג ֵעיבֿל פֿאַר דער קללה :ראובֿןָ ,גד ,און אָשר ,און זבֿולוןָ ,דן ,און
נפֿתּלי 14 .און די ל ִוִיים זאָלן אױסרופֿן און זאָגן צו אַלע מענער פֿון
ישׂראל אױף אַ הױכן ָקול:
15פֿאַרשאָלטן דער מאַן ,װאָס װעט מאַכן אַ געשניצט אָדער געגאָסן
בילד ,אַן אומװערדיקײט צו גאָט ,דאָס װערק פֿון אַ מ ַײנסטערס
הענט ,און אױפֿשטעלן אין פֿאַרבאָרגעניש!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך אָפּרופֿן און זאָגן :אָמן!
16פֿאַרשאָלטן דער װאָס איז מבֿזה ז ַײן פֿאָטער אָדער ז ַײן מוטער!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
17פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַררוקט דעם גרענעץ פֿון ז ַײן חבֿר!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
18פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרפֿירט אַ בלינדן אין װעג!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
19פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרדרײט דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן ,אַ
יתום ,און אַן אַלמנה!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
20פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט ז ַײן פֿאָטערס װ ַײב ,װאָרום ער
האָט אַנטפּלעקט ז ַײן פֿאָטערס צודעק!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!