Page 60 - Dvorim
P. 60
דברים
21פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט װאָסער עס איז בהמה!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
22פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט ז ַײן שװעסטער ,ז ַײן פֿאָטערס
טאָכטער ,אָדער ז ַײן מוטערס טאָכטער!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
23פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט ז ַײן שװיגער!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
24פֿאַרשאָלטן דער װאָס שלאָגט ז ַײן חבֿר אין פֿאַרבאָרגעניש!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
25פֿאַרשאָלטן דער װאָס נעמט שוֹחד צו דערשלאָגן אַ נפֿש,
אומשולדיק בלוט!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
26פֿאַרשאָלטן דער װאָס װעט ניט מקיים ז ַײן די װערטער פֿון דער
דאָזיקער תּוֹרה ,זײ צו טאָן!
און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן :אָמן!
1און עס װעט ז ַײן ,אױב צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם
ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט ,צו היטן צו טאָן אַלע ז ַײנע געבאָטכח
װאָס איך געביט דיר ה ַײנט ,װעט יהוה ד ַײן גאָט דיך שטעלן העכער
איבער אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד 2 .און אַלע די דאָזיקע ברכות
װעלן קומען אױף דיר ,און דיך דערגר ַײכן ,אַז דו װעסט צוהערן צו
דעם ָקול פֿון יהוה ד ַײן גאָט.
3געבענטשט װעסטו ז ַײן אין שטאָט ,און געבענטשט װעסטו ז ַײן אין
פֿעלד.