Page 61 - Dvorim
P. 61

‫דברים‬

‫‪ 4‬געבענטשט די פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב‪ ,‬און די פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד‪ ,‬און‬
‫די פֿרוכט פֿון ד ַײן בהמה‪ ,‬די געבורט פֿון ד ַײנע רינדער‪ ,‬און די‬

                                           ‫פֿרוכפּערונג פֿון ד ַײנע שאָף‪.‬‬

                       ‫‪ 5‬געבענטשט ד ַײן קאָרב‪ ,‬און ד ַײן טײגמולטער‪.‬‬

‫‪ 6‬געבענטשט װעסטו ז ַײן ב ַײ ד ַײן אַר ַײנגײן‪ ,‬און געבנעטשט װעסטו‬
                                                 ‫ז ַײן ב ַײ ד ַײן אַרױסגײן‪.‬‬

‫‪ 7‬גאָט װעט געבן ד ַײנע פֿ ַײנט װאָס שטײען אױף אַקעגן דיר‪,‬‬
‫געשלאָגענע פֿאַר דיר; אױף אײן װעג װעלן זײ אַרױסגײן אַקעגן דיר‪,‬‬

                      ‫און אױף זיבן װעגן װעלן זײ אַנטלױפֿן פֿאַר דיר‪.‬‬

‫‪ 8‬גאָט װעט באַפֿעלן אַ ברכה ב ַײ דיר אין ד ַײנע שפּ ַײכלערס‪ ,‬און אין‬
‫אַלץ צו װאָס ד ַײן האַנט נעמט זיך‪ ,‬און ער װעט דיך בענטשן אין‬
‫דעם לאַנד װאָס יהוה ד ַײן גאָט גיט דיר‪ 9 .‬גאָט װעט דיך אױפֿשטעלן‬
‫פֿאַר אַ הײליקן פֿאָלק צו זיך‪ ,‬אַזױ װי ער האָט דיר געשװאָרן‪ ,‬אױב דו‬
‫װעסט היטן די געבאָט פֿון יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬און װעסט גײן אין ז ַײנע‬
‫װעגן‪ 10 .‬און אַלע פֿעלקער פֿון דער ערד װעלן זען‪ ,‬אַז גאָטס נאָמען‬
‫װערט גערופֿן אױף דיר‪ ,‬און זײ װעלן מוֹרא האָבן פֿאַר דיר‪ 11 .‬און‬
‫גאָט װעט דיר געבן אַ ֶשפֿע פֿון גוטס אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב‪,‬‬
‫און אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן בהמה‪ ,‬און אין דער פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד‪,‬‬
‫אױף דער ערד װאָס גאָט האָט געשװאָרן ד ַײנע עלטערן דיר צו געבן‪.‬‬
‫‪ 12‬גאָט װעט דיר עפֿענען ז ַײן גוטן אוֹצר‪ ,‬דעם הימל‪ ,‬צו געבן דעם‬
‫רעגן פֿון ד ַײן לאַנד אין ז ַײן צ ַײט‪ ,‬און צו בענטשן יעטװעדער טואונג‬
‫פֿון ד ַײן האַנט; און װעסט אַנטל ַײען פֿיל פֿעלקער‪ ,‬און דו אַלײן‬
‫װעסט ניט ל ַײען‪ 13 .‬און גאָט װעט דיך מאַכן פֿאַר דעם קאָפּ און ניט‬
‫פֿאַר דעם עק‪ ,‬און װעסט רק ז ַײן אױבן‪ ,‬און ניט ז ַײן אונטן‪ ,‬אױב דו‬
‫װעסט צוהערן צו די געבאָט פֿון יהוה ד ַײן גאָט‪ ,‬װאָס איך געביט דיר‬
‫ה ַײנט צו היטן און צו טאָן‪ 14 ,‬און װעסט זיך ניט אָפּקערן פֿון אַלע‬
‫װערטער װאָס איך געביט דיר ה ַײנט‪ ,‬רעכטס אָדער לינקס‪ ,‬כּדי צו‬

                                ‫גײן נאָך פֿרעמדע געטער‪ ,‬זײ צו דינען‪.‬‬

‫‪ 15‬און עס װעט ז ַײן‪ ,‬אַז דו װעסט ניט צוהערן צו דעם ָקול פֿון יהוה‬
‫ד ַײן גאָט‪ ,‬צו היטן צו טאָן אַלע ז ַײנע געבאָט און ז ַײנע געזעצן װאָס‬
‫איך געביט דיר ה ַײנט‪ ,‬װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע קללות‪,‬‬

                                               ‫און װעלן דיך דערגר ַײכן‪.‬‬
   56   57   58   59   60   61   62   63   64   65   66