Page 63 - Dvorim
P. 63
דברים
ז ַײן; אַ הױז װעסטו בױען ,און װעסט ניט װוֹּינען דערין; אַ װ ַײנגאָרטן
װעסטו פֿלאַנצן ,און װעסט אים ניט אָנהײבן 31 .ד ַײן אָקס װעט
געשאָכטן װערן פֿאַר ד ַײנע אױגן ,און װעסט פֿון אים ניט עסן; ד ַײן
אײזל װעט אַװעקגעגזלט װערן פֿון פֿאַר ד ַײן פּנים ,און װעט דיר ניט
אומגעקערט װערן; ד ַײנע שאָף װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו ד ַײנע
פֿ ַײנט ,און װעסט ניט האָבן װער זאָל העלפֿן 32 .ד ַײנע זין און ד ַײנע
טעכטער װעלן אַװעקגעגעבן װערן צו אַן אַנדער פֿאָלק ,און ד ַײנע
אױגן װעלן זען ,און אױסגײן נאָך זײ אַ גאַנצן טאָג ,און ד ַײן האַנט
װעט ז ַײן אָן מאַכט 33 .די פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד ,און ד ַײן גאַנצע מי,
װעט אױפֿעסן אַ פֿאָלק װאָס דו קענסט ניט ,און װעסט רק ז ַײן
באַרױבט און געדריקט אַלע טעג 34 .און װעסט װערן משוגע פֿון
דער זעונג פֿון ד ַײנע אױגן װאָס דו װעסט זען 35 .גאָט װעט דיך
פּלאָגן מיט אַ בײזן אױסשלאָג אױף די קני און אױף די שענקלען ,אַז
דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן; פֿון ד ַײן פֿוסטריט ביז ד ַײן שפּיץ
קאָפּ 36 .גאָט װעט אַװעקפֿירן דיך ,און ד ַײן מלך װאָס דו װעסט
אױפֿשטעלן איבער דיר ,צו אַ פֿאָלק װאָס דו און ד ַײנע עלטערן האָבן
ניט געקענט; און װעסט דאָרטן דינען פֿרעמדע געטער ,האָלץ און
שטײן 37 .און װעסט ז ַײן פֿאַר אַ שרעק ,פֿאַר אַ שפּריכװאָרט ,און
פֿאַר אַ שפּאָט ,צװישן אַלע פֿעלקער װאָס גאָט װעט דיך אַהין
אַװעקפֿירן.
38פֿיל זריעה װעסטו אַרױסטראָגן אין פֿעלד ,און װינציק װעסטו
א ַײנזאַמלען ,װאָרום דער הײשעריק װעט עס פֿאַרצערן.
39װ ַײנגערטנער װעסטו פֿלאַנצן און באַאַרבעטן ,אָבער װ ַײן װעסטו
ניט טרינקען און ניט אַר ַײננעמען ,װאָרום דער װאָרעם װעט עס
אױפֿעסן 40 .אײלבערטבײמער װעסטו האָבן אין ד ַײן גאַנצן געמאַרק,
אָבער מיט אײל װעסטו זיך ניט זאַלבן ,װאָרום ד ַײנע אײלבערטן
װעלן אַראָפּפֿאַלן 41 .זין און טעכטער װעסטו האָבן ,אָבער זײ װעלן
ניט בל ַײבן ב ַײ דיר ,װאָרום זײ װעלן אַװעקגײן אין געפֿאַנגענשאַפֿט.
42אַלע ד ַײנע בײמער און די פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד װעט ירשען דער
גריל.
43דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר װעט שט ַײגן העכער און העכער
איבער דיר ,און דו װעסט נידערן אַראָפּ און אַראָפּ 44 .ער װעט דיר
אַנטל ַײען ,און דו װעסט אים ניט אַנטל ַײען; ער װעט ז ַײן דער קאָפּ,
און דו װעסט ז ַײן דער עק.