Page 68 - Dvorim
P. 68
דברים
האָט איבערגעקערט אין ז ַײן כּעס און אין ז ַײן גרימצאָרן – 23װעלן
אַלע פֿעלקער זאָגן :פֿאַר װאָס האָט גאָט געטאָן אַזױ צו דעם דאָזיקן
לאַנד? װאָס איז דער דאָזיקער גרױסער גרימצאָרן? 24און מע װעט
זאָגן :פֿאַר װאָס זײ האָבן פֿאַרלאָזן דעם בונד פֿון יהוה דעם גאָט פֿון
זײערע עלטערן ,װאָס ער האָט מיט זײ געשלאָסן ,װען ער האָט זײ
אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד ִמצ ַר ִים; 25און זײ זענען געגאַנגען און האָבן
געדינט פֿרעמדע געטער ,און זיך געבוקט צו זײ ,געטער װאָס זײ
האָבן זײ ניט געקענט ,און װאָס ער האָט זײ ניט א ַײנגעטײלט 26 .און
דער צאָרן פֿון גאָט האָט געגרימט אױף דעם דאָזיקן לאַנד ,צו
ברענגען דערױף די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם
דאָזיקן בוך 27 .און גאָט האָט זײ אַרױסגעריסן פֿון זײער ערד מיט
רוגזה ,און מיט גרימצאָרן ,און מיט גרױס כּעס ,און האָט זײ
פֿאַרװאָרפֿן אין אַן אַנדער לאַנד ,אַזױ װי ה ַײנטיקן טאָג.
28דאָס פֿאַרבאָרגענע איז ב ַײ יהוה אונדזער גאָט ,אָבער דאָס
אַנטפּלעקטע איז פֿאַר אונדז און פֿאַר אונדזערע קינדער אױף אײביק
– צו טאָן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּוֹרה.
1און עס װעט ז ַײן ,אַז עס װעלן קומען אױף דיר אַלע די דאָזיקע
זאַכן ,די ברכה און די קללה ,װאָס איך האָב געלײגט פֿאַר דיר,ל
און װעסט דיר נעמען צום האַרצן ,צװישן די אַלע פֿעלקער װאָס
יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך אַהין פֿאַרשטױסן 2 ,און װעסט זיך אומקערן
צו יהוה ד ַײן גאָט ,און װעסט צוהערן צו ז ַײן ָקול ,אַזױ װי אַלץ װאָס
איך באַפֿעל דיר ה ַײנט ,דו און ד ַײנע קינדער ,מיט ד ַײן גאַנצן האַרצן,
און מיט ד ַײן גאַנצער זעל 3 ,װעט יהוה ד ַײן גאָט אומקערן ד ַײן
געפֿאַנגענשאַפֿט ,און ער װעט דיך דערבאַרימען ,און װעט צוריק דיך
א ַײנזאַמלען פֿון אַלע אומות װאָס יהוה ד ַײן גאָט האָט דיך אַהין
צעשפּרײט 4 .אַז ד ַײנע פֿאַרשטױסענע זאָלן ז ַײן אין עק הימל ,װעט
דיך יהוה ד ַײן גאָט פֿון דאָרטן א ַײנזאַמלען ,און װעט פֿון דאָרטן דיך
נעמען 5 .און יהוה ד ַײן גאָט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס
ד ַײנע עלטערן האָבן געאַרבט ,און װעסט עס אַרבן ,און ער װעט דיך
באַגיטיקן ,און דיך מערן מײן פֿון ד ַײנע עלטערן 6 .און יהוה ד ַײן גאָט
װעט באַשנ ַײדן ד ַײן האַרץ ,און דאָס האַרץ פֿון ד ַײנע קינדער ,ליב צו
האָבן יהוה ד ַײן גאָט מיט ד ַײן גאַנצן האַרצן ,און מיט ד ַײן גאַנצער