Page 67 - Dvorim
P. 67
דברים
ד ַײן פֿרעמדער װאָס אין ד ַײן לאַגער,פֿון ד ַײן האָלצהעקער ביז ד ַײן
װאַסערשעפּער; 11אַז דו זאָלסט אַר ַײנטרעטן אין דעם בונד פֿון
יהוה ד ַײן גאָט און אין ז ַײן שבֿועה װאָס יהוה ד ַײן גאָט שליסט מיט
דיר ה ַײנט; 12כּדי דיך אױפֿצושטעלן ה ַײנט פֿאַר אַ פֿאָלק צו אים,
און ער זאָל דיר ז ַײן צום גאָט ,אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט ,און
אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו ד ַײנע עלטערן ,צו אַבֿרהמען ,צו
יצחקן ,און צו יעקבֿן 13 .און ניט מיט א ַײך אַלײן שליס איך דעם
דאָזיקן בונד און די דאָזיקע שבֿועה 14 ,נ ַײערט אי מיט דעם װאָס
שטײט דאָ מיט אונדז ה ַײנט פֿאַר יהוה אונדזער גאָט ,אי מיט דעם
װאָס איז דאָ ניט פֿאַראַן מיט אונדז ה ַײנט 15 .װאָרום איר װײסט װי
מיר ז ַײנען געזעסן אין לאַנד ִמצ ַר ִים ,און װי מיר ז ַײנען דורכגעגאַנגען
צװישן די פֿעלקער װאָס איר ז ַײט דורכגעגאַנגען 16 .און איר האָט
געזען זײערע אומװערדיקײטן ,און זײערע אָפּגעטער ,האָלץ און
שטײן ,זילבער און גאָלד ,װאָס ב ַײ זײ 17 .טאָמער איז דאָ צװישן א ַײך
אַ מאַן ,אָדער אַ פֿרױ ,אָדער אַ משפּחה ,אָדער אַ שבֿט ,װאָס ז ַײן
האַרץ קערט זיך אָפּ ה ַײנט פֿון יהוה אונדזער גאָט ,צו גײן דינען די
געטער פֿון יענע פֿעלקער; טאָמער איז פֿאַראַן צװישן א ַײך אַ װאָרצל
װאָס פֿרוכפּערט ביטערקרױט און װערמוט; 18און עס װעט ז ַײן ,אַז
ער װעט הערן די װערטער פֿון דער דאָזיקער שבֿועה ,װעט ער זיך
רימען אין ז ַײן האַרצן ,אַזױ צו זאָגן :פֿריד װעט ז ַײן צו מיר ,װען איך
װעל גײן אין דער א ַײנגעשפּאַרטקײט פֿון מ ַײן האַרצן – כּדי
אונטערצוברענגען דאָס באַװעסערטע אין אײנעם מיטן דאָרשטיקן –
19װעט אים גאָט ניט װעלן פֿאַרגעבן ,נ ַײערט דער צאָרן פֿון גאָט און
ז ַײן פֿאַרדראָס װעט דענצמאָל ברענען אױף יענעם מאַן ,און אױף
אים װעט הױערן די גאַנצע קללה װאָס שטײט געשריבן אין דעם
דאָזיקן בוך ,און גאָט װעט אױסמעקן ז ַײן נאָמען פֿון אונטערן הימל.
20און גאָט װעט אים אָפּשײדן צום בײזן פֿון אַלע שבֿטים פֿון
ישׂראל ,אַזױ װי אַלע קללות פֿון דעם בונד װאָס שטײט געשריבן אין
דעם דאָזיקן בוך פֿון דער תּוֹרה 21 .און דער שפּעטערדיקער ָדור,
א ַײערע קינדער װאָס װעלן אױפֿשטײן נאָך א ַײך ,און דער פֿרעמדער
װאָס װעט קומען פֿון אַ װ ַײטן לאַנד ,װעלן זאָגן – :װען זײ װעלן זען
די פּלאָגן פֿון דעם דאָזיקן לאַנד ,און אירע קרענק מיט װאָס גאָט
האָט עס קראַנק געמאַכט; 22אַז שװעבל און זאַלץ ,פֿאַרברענט ,איז
איר גאַנצע ערד; ניט זי װערט געזײט ,און ניט זי לאָזט אַרױס אַ
שפּראָצונג ,און ניט עס װאַקסט אױף איר אַ שום גראָז ,אַזױ װי די
איבערקערעניש פֿון סדוֹם ,און ַעמוֹ ָרה ,אַד ָמה ,און צבֿוִֹיים ,װאָס גאָט