Page 62 - Dvorim
P. 62
דברים
16פֿאַרשאָלטן װעסטו ז ַײן אין שטאָט ,און פֿאַרשאָלטן װעסטו ז ַײן
אין פֿעלד.
17פֿאַרשאָלטן ד ַײן קאָרב ,און ד ַײן טײגמולטער.
18פֿאַרשאָלטן די פֿרוכט פֿון ד ַײן ל ַײב ,און די פֿרוכט פֿון ד ַײן ערד ,די
געבורט פֿון ד ַײנע רינדער ,און די פֿרוכפּערונג פֿון ד ַײנע שאָף.
19פֿאַרשאָלטן װעסטו ז ַײן ב ַײ ד ַײן אַר ַײנגײן ,און פֿאַרשאָלטן װעסטו
ז ַײן ב ַײ ד ַײן אַרױסגײן.
20גאָט װעט אָנשיקן אױף דיר אַ קללה ,אַ מהומה ,און אַן אָנגעשר ַײ,
אױף יעטװעדער אונטערנעם פֿון ד ַײן האַנט װאָס דו װעסט טאָן ,ביז
דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן ,און ביז דו װעסט גיך אונטערגײן פֿון
װעגן ד ַײנע שלעכטע מעשׂים ,װאָס דו האָסט מיך פֿאַרלאָזן 21 .גאָט
װעט באַהעפֿטן אָן דיר די פּעסט ,ביז ער װעט דיך פֿאַרלענדן פֿון דער
ערד װאָס דו גײסט אַהין ,זי צו אַרבן 22 .גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט
דער ,און מיט קדחת ,און מיט היץ ,און מיט ברענונג ,און מיט
טריקעניש ,און מיט קאָרנבראַנד ,און מיט װעלקעניש; און זײ װעלן
דיך נאָכיאָגן ביז דו װעסט אונטערגײן 23 .און דער הימל װאָס איבער
ד ַײן קאָפּ װעט ז ַײן קופּער ,און די ערד װאָס אונטער דיר א ַײזן.
24גאָט װעט מאַכן דעם רעגן פֿון ד ַײן לאַנד שטױב און ערד; עס
װעט נידערן אױף דיר פֿון הימל ,ביז דו װעסט פֿאַרטיליקט װערן.
25גאָט װעט דיך געבן אַ געשלאָגענעם פֿאַר ד ַײנע פֿ ַײנט; אױף אײן
װעג װעסטו אַרױסגײן אַקעגן זײ ,און אױף זיבן װעגן װעסטו
אַנטלױפֿן פֿאַר זײ ,און װעסט ז ַײן צו שױדער ב ַײ אַלע קיניגר ַײכן פֿון
דער ערד 26 .און ד ַײנע טױטע ל ַײבער װעלן ז ַײן צו שפּ ַײז פֿאַר
יעטװעדער פֿױגל פֿון הימל ,און פֿאַר דער חיה פֿון דער ערד ,און
קײנער װעט ניט אַװעקטר ַײבן 27 .גאָט װעט דיך פּלאָגן מיט דעם
אױסשלאָג פֿון ִמצ ַר ִים ,און מיט בלאָטערן ,און מיט קרעץ ,און מיט
ב ַײסעניש ,אַז דו װעסט ניט קענען געהײלט װערן 28 .גאָט װעט דיך
פּלאָגן מיט משוגעת ,און מיט בלינדקײט ,און מיט צעדולטקײט פֿון
האַרצן 29 .און װעסט טאַפּן אין מיטן טאָג אַזױ װי אַ בלינדער טאַפּט
אין דער פֿינצטער ,און װעסט ניט באַגליקן אין ד ַײנע װעגן ,און
װעסט רק ז ַײן באַרױבט און באַגזלט אַלע טעג ,און ק ַײנער װעט ניט
העלפֿן 30 .אַ װ ַײב װעסטו פֿאַרקַנסן ,און אַן אַנדערער װעט מיט איר